זשאן-זשאק רוסא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
זשאן־זשאק רוסא

זשאַן-זשאַק רוסא (פראנצויזיש: Jean-Jacques Rousseau;‏ 28סטן יוני 1712 – 2טן יולי 1778) איז געווען א גענפֿער פילאסאף, שרייבער און קאמפאזיטאר אין דעם 18טן יארהונדערט. זיין פאליטישע פילאסאפיע האט באאיינפלוסט די פראנצויזישע רעוואלוציע.

רוסא האט געהאלטן אז מוסר און מידות לערנט מען פון רעליגיע. דערפאר קען אן אטעיסט נישט זיין קיין גוטער בירגער.

[באַאַרבעטן] לעבנסגעשיכטע

רוסא איז געבוירן געווארן אין גענף, דעמאלסט אן אומאפהענגיק רעפובליק, אין 1712, צו זיין פאטער אייזיק, א זייגער־מאכער, און זיין מוטער, סוזאן בערנאר, די טאכטער פון א קאלוויניסטישן פריידיקער. זי איז געשטארבן ניין טעג נאך זיין געבורט.

אין 1742 האט זיך רוסא געצויגן קיין פאריז. פון 1743 ביז 1744 איז ער געווען דער סעקרעטאר פונעם פראנצויזישן אמבאסאדאר אין ווענעציע. ווען ער צוריקגעקומען אין פאריז האט רוסא זיך באפריינדעט מיט דעני דידערא, און ער האט אנגעהויבן שרייבן ארטיקלען פאר דידעראס גרויסע ענציקלאפעדיע.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן