מעדיצין
מעדיצין איז די וויסנשאַפֿט וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן פֿאָרשן, דיִאַגנאָזירן, און באַהאַנדלען קראַנקייטן, כּדי אויסצובעסערן דעם געזונט. אויך מיינט דאס די מעדעצינען אליין וואס ווערט גענוצט דערפאר. די מעדיצין איז באַזירט אויף די באַגריפֿן סײַ פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט, סײַ פֿון הומאַניסטיק, און גייט פֿאָרויס אין פּאַראַלעל מיט זיי. אין גאַנג פֿון איר אַנטוויקלונג האָט זיך די מעדיצין פֿאַרשפּרייט אין פֿאַרשיידענע צווײַגן. מע שיידט אונטער, למשל, צווישן דער אינטערנאַלער מעדיצין, מעדיצין פֿון אויגן־נאָז־און־האַלדז, וכ´. מע קען אויך קאַטעגאָריזירן די מעדיצין לויט געזעלשאַפֿטלעכע קאַטעגאָריעס: מיליטערישע, לעגאַלע, פֿון שפּיטעלער און דאָס גלײַכן.
מעדיצין זוכט צו היילן קראנקע דורך מעדיקאמענטן, כירורגיע און טעראפיע.
[באַאַרבעטן] מעדיצינישע געביטן
- קינדער מעדיצין – וועגן קראנקייטן פון קינדער.
- כירורגיע - באהאנדלען קראנקע מיט אפעראציעס.
- ציין מעדיצין – באהאנדלען קראנקייטן פון די ציין און ציינפלייש
- דערמאטאלאגיע – מעדיצין פון דער הויט.
- אנקאלאגיי - מעדיצין וועגן ראק קראנקייט.
- פסיכיאטריע - באהנדלט גייסטיקע קרענקען.
- גאסטראענטעראלאגיע - מעדיצין פון פארדייאונג סיסטעם.
- נעפראלאגיע - נירן מעדיצין.
- נעווראלאגיע - מעדיצין פון דער נערוון סיסטעם.
- קארדיאלאגיע - באהאנדלט הארץ קרענק.
[באַאַרבעטן] היסטאריע
אין דעם סוך פון דעם 19טן יארהונדערט זענען געווען א סעריע פון אנטדעקונגען וואס האבן שטארק געענדערט די וועלט פון מעדיצין. אין 1895 האט ווילהעלם רענטגן אנטפלעקט די שטראלן וואס מען רופט אויף זיין נאמען. אין 1898 האבן פיער און מארי קירי אנטפלעקט ראדיאאקטיוויטעט. אין דעם פעלד פון גייסטיקע קרענק האט זיגמונד פרויד אוועקגעלייגט די יסודות פון פסיכיאלאגיע. די פעלדער פון כעמאטעראפיע, אימונאלאגיע און דערנערונג זענען געווארן אנטוויקלט אין דעם 20סטן יארהונדערט.