בלוט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Grafik blutkreislauf.jpg

בלוט איז דאס רויטע בלוט צירקולאציע אינעם גוף פונעם מענטש. עס איז שרעקעדיג און טרויעריג ווען מען דערזעהט איר אבער אינעווייניג באהאלטן פונעם אויג טוט זי דאס פרייליכסטע אויפגאבע פונעם קערפער, עס דינט ווי די טראנספארטאציע מיטל ארום צו פירן די לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן, ווי אקסיזשען און גלוקאוז און אזוי ווייטער, פונעם קאפ ביזן נאגל פונעם פיס, געטריי און פלינק קומט זי אן צום קלענסטען באהאלטענסטן איבר, און גיבט זיי אלע חיות מיט נשמה דורך דעליווערן די אקסיזשען וואס מאכט איר די קאליר רויט.

געטריבן אין די אדערן, דורך דעם געטרייען אימערמידלעכן פּאָמפּ דער הארץ, שטראמט זי אן א אויפהער נאכאנאנד ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.

אויך טראגט זי אוועק די מיסט און אפּפאל, ווען זי ווערט בלוי, די קארבן דייאקסייד פון אלע גלידער ארויס צו די לופט.

אלע ידיעות וועגן בלוט ווערט אנגערופן האמטאלאגיע.


ווי אזוי נעמט עס און געבט דאס?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וויאזוי עס נעמט אקסיגען, הארמאנען, און וויטאמינען פון די לונגען, נירן, לעבער, מוח, געדערעם, און די אנדערע סטאנציעס, און עס גיבט דאס ארויס דערליווערינדיג דאס צו אירע פונקטליכע אדרעסן?

צייט דורכשניט פון רייזע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די בלוט צירקולירט דעם גאנצען קערפער דורכאויס צוויי מינוט.

בלוט צעלן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס באשטייט פון 2 מינע צעלן רויטע און ווייסע וואס זענען בעיקר צו קעמפן אינפעקציעס און באקטיריע.


פראדאקציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די צעלן ווערן פּראדוצירט אינעם מארך ביין.

בלוט קלאטינג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שטעלט אייך פאר די הויזן איז אייך צוריסן געווארן און עס נייט זיך צוריק צו פון זיך אליינס.... אדער שטעלט אייך פאר אז איר האט נישט קיין בלאד קלאטינג און מען כאפט א שניט אויף די הויט, און דאס בלוט רינט און רינט ביז ביז עס ענדיגט זיך די בלוט רח"ל.