בלוי

פֿון װיקיפּעדיע

בלוי (#0000FF)

בלוי (אָדער בלאָ) איז איינע פון די 4 הויפט קאלירן, אויב מען גייט מיט דעם RGB (רויט, גרין, בלוי) קאליר פארמולא. לויט די RGB פארמולא, קען מען פון בלויז די דריי קאלירן צוקומען צו 16.7 מיליאן באזונדערע קאלירן.

דערקעגן זענען פאראן אנדערע קאליר פארמולא'ס, וועלכע אנערקענען נישט די קאליר בלוי אלס א הויפט קאליר.

די האריזאנט קוקט אויס פארן מענטשליכן אויג ווי סוואלט געווען בלוי, דעריבער רופען מענטשען אן די הימל בלוי, הגם באמת איז עס אינגאנצען נישט בלוי.

די אסטראנויטן אין קאסמאס זעען בלוט אין א בלויען קאליר, ווייל עס איז דארט נישט דא קיין אקסיגען.

ווען מען מישט צוזאם רויט און בלוי באקומט מען קאליר פערפל.

תכלת איז בלוי וואל, געמאכט פון א ספעציעלע בעל חי מיטן נאמען חלזון וואס קומט נאר ארוף פון ים איינמאל אין 70 יאר.