קאסמאס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אן אור אלט געמאלן בילד וויאזוי זיי האבן געזען דעמאלטס דעם קאסמאס אין יאר 1539 אין אנטווערפן.
דער קאסמאס וויאזוי דאס ווערט געזען פון א פליגער.
א ראקעט ווען ער ווערט געשאסן צום קאסמאס.

דער קאסמאס איז דער ראיאן פון דעם אוניווערס אינדרויסען פון דער אטמאספערע.

דאס ווארט קומט ארגינעל פון א גריכישן טערמין וואס מיינט פשוט סדר, אז עפעס איז אויסגעשטעלט אין א סיסטעמאטישער אראנזשירונג. עס איז פשוט דער פארקערטער קעגנארטיקער טערמין פון כאאס. דאס ווארט קאסמעטיק וואס מען נוצט צו מאכן שיין דאס געזיכט קומט אויך פון דעם שורש ווארט.

דער גרעסטער שטח פון דעם אוניווערס ביז דערווייל געכאפט דורך נאסא.

פיטאגאראס איז מקובל צו האבן געווען דער ערשטער פילאסאף צו נוצן דעם טערמין פארן אוניווערס, ווארשיינליך צוליב זיין סדר וואס דאס איז געווען אין זיינע אויגן עפעס געטליך און העכער מסודר אלץ לויט עפעס א סודותדיגן פלאן פון גאט.

קאסמאלאגיע איז די שטודיע און חכמה פון דעם קאסמאס אין פארשידענע פון די אויבענדערמאנטע מיינונגען, ווענדענדיג זיך אויף דעם קאנטעקסט.

טייל פילאסאפן ניצן אבער דעם טערמין צו רעדן פון אלע מאניפעסטאציעס פון עקזיסטענץ, אריינגערעכענט פארשידענע שיכטן פון באוויסטזיין.


זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]