תכלת

פֿון װיקיפּעדיע

שפרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

הימלבלוי (לשון קודש: תכלת) איז א קאליר און ביי ציצית מיינט דאס די בלויע וואל.

ביי ציצית שטייט ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת, מען זאל לייגן ביי די עקן פון בגד א פאדים פון בלוי וואול, אויך ביי בגדי כהונה איז געווען דערין פארמישט בלוי וואול, אין גמרא שטייט (חולין פט.) תכלת איז גלייך ווי ים ים איז גלייך ווי דער הימל, און דער הימל וואו דער אבן ספיר.

דער קאליר פון בלוי וואול איז געווען פון א פיש וואס הייסט חלזון, דאס איז א סארט פיש וואס די בלוט דערפון איז בלוי, דערפון האט מען געמאכט פארב, און דערמיט האט מען געפארבט די וואול.

די שוועריקייט פון פארבן די וואול מיטן חלזון, איז ווייל דער קאליר בלוי מיז זיך האלטן עס טאר נישט אפגעשוואכט ווערן, דער רמב"ם אין הל' ציצית (פ"ב ה"ה) גיט א עצה וויאזוי עס קען זיך האלטן דער קאליר. פאקטיש עס איז א שווערע זאך דורכציפירן און מען געפונט אין גמרא (מנחות מ.) אז נאך אין זייערע צייטן האט מען זיך געקענט טועה זיין צווישן תכלת און קלא אילן וואס איז ענדליך צו תכלת. אבער לויט די הלכה פון ציצית איז עס נישט מעכב, מען איז יוצא מצות ציצית אויב מען האט נישט קיין תכלת (מנחות לח.)

זייט נאכן זמן פון ש"ס האבן אידן שוין נישט געהאט קיין תכלת אויף די ציצית. פון דעם יאר ה'תרמ"ח האט דער גרויסער גאון ר' גרשון העניך ליינער, דער רבי פון ראדזין, ארויסגעגעבן זיינע ספרים ספוני טמוני חול פתיל תכלת און ער צייגט אויף אז עס איז דא א מעגליכקייט צו שאפן תכלת אפילו אין היינטיגע צייט, דערנאך איז ער אראפגעפארן קיין איטאליע ווי עס געפינט זיך אסאך פיש, און האט געזוכט און געפארשט א לאנגע צייט, ער האט זיך פארבינדן מיט גרויסע קענער אין דער זאך, ביז ער האט געטראפן א פיש וואס האט בלוי בלוט, און האט אויך געפונען א וועג וויאזוי עס קען זיך האלטן די פארב פון תכלת אויף א לאנגע צייט, און האט געמאכט ציצית מיט תכלת.

ער האט געשריבן בריוו פאר אלע גדולי הדור אין זיינער צייט פון די גרויסע המצאה און האט געבעטן מען זאך מיטשטיין מיט איהם, אזוי ווי ער איז געווען א גרויסער גאון, האט מען זיך נישט געקענט טענה'נן מיט איהם, ווייל ער האט געקענט אויפווייזן זיין המצאה פון כל התורה כולה, ווער עס האט זיך גע'טענה'ט מיט איהם האט געמוזט מודה זיין צו איהם.

זיינע חסידים די ראדזינער חסידים גייען מיט תכלת ביז צום היינטיגן טאג. אבער די וועלט האט עס נישט אהנגענומען.

אן אויסנאם איז געווען ברסלבער חסידים וואס א טייל פון זיי האבן יא אהנגענומען תכלת, דאס איז וויבאלד איינער פון די גרויסע ברסלבער חסידים ר' אברהם ב"ר נחמן, האט יא אנגענומען תכלת, דעריבער אלע תלמידים פון ר' אברהם ב"ר נחמן גייען מיט תכלת, אנדערע גרויסע ברסלבע חסידים האבן נישט אהנגענומען תכלת, ווי דער גאון פון טשעהרין ר' נחמן מטשעהרין, ער שרייבט אין זיין ספר (פרפראות לחכמה תורה ז') די רייד פון אר"י הק' ועכשיו בזמן הזה אין לנו תכלת. און וועגן דעם זעהט מען אסאך ברסלבער'ס וואס גיין נישט מיט תכלת.

אין דעם לעצטן דור האט דער רב הראשי אפגעפרעגט די תכלת וואס ר' גרשון העניך האט געטראפען ווייל עס שטימט נישט לויט זיין מיינוג, און ער האט ממציא געווען א נייע סארט תכלת. אויך האט הרב מנחם מענדל כשר א ספר איבער תכלת.

אין צוגאב צו דעם ראדזינער'ס תכלת, איז פאראן נאך א סארט תכלת, וועלכער איז אין די לעצטע 15 יאר שטארק אויפגעכאפט געווארן אין ארץ ישראל. [1].

אין אַנדערע שפראַכן