כאלערע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

כאלערע איז אן אינפעקטיווע קראנקייט פון דער קליינער קישקע אנגעטון דורך דער Vibrio cholerae באקטעריע. די סימפטאמען זענען א שטענדיקע וואסעריקע שילשול און ברעכן. מען כאפט די קראנקייט פון וואסער אדער עסן וואס איז געווארן קאנטאמינירט דורך דער צואה פון אן אינפעקטירטן מענטש, אפילו איינער וואס האט נישט קיין סימפטאמען.

פון די שטארקע שילשול און ברעכן קען מען ווערן דעהידרירט, און אין טייל פאלן שטארבט מען דערפון.

די רפואה איז צו געבן אסאך וואסער. ווען דער חולה קען נישט טרינקען דארף מען געבן וואסער דורך טראנספוזיע.

כאלערע קען צושפרייטן אין א באפעלקערונג ביז זי ווערט אן עפידעמיע.

פארמיידן כאלערע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כדי נישט צו כאפן כאלערע איז כדאי:

  • צו קאכן וואסער פארן טרינקען;
  • האלטן גוט ריינקייט, וואשן די הענט נאכן בית הכסא און פארן עסן;
  • נישט עסן רויע פיש.

באוואוסטע כאלערע עפידעמיעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]