גאלען

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
גאלען

גאַלען (גריכיש: Γαληνός‏; 129 - 199) איז געווען א גריכישער דאקטער און פילאסאף. ער ווערט גערופן דער "פאטער פון אנאטאמיע".

גאלען, פון פערגאמום אין קליין אזיע (היינט טערקיי), איז געווען דער הויף דאקטער פונעם רוימישן קייסער מארקוס ארעליוס.

ער האט געפארשט מעדיצין, און זיינע טעאריעס האבן באאיינפלוסט מעדיצינישע וויסנשאפט אין אייראפע מער ווי טויזנט יאר, ביזן רענעסאנס. ער האט זיך באזירט אויף די טעאריע פון פיר פלעגמעס: שווארצע פלעגמע (מעלאנכאליע), ווייסע פלעגמע (פלעגמאטיש), רויטע פלעגמע (בלוט) און געלע פלעגמע (גאל). כאטש היינטיגער מעדיצין האלט נישט שטארק פון דער טעאריע פון די פיר פלעגמעס, ניצט מען נאך די ווערטער מרה שחורה און פלעגמאטיש ביזן היינטיקן טאג.

ער איז געווען דער ערשטער וואס האט באשריבן פארשידענע קראנקייטן, ווי צעליאק.

טייל וואס גאלען האט געשריבן האט זיך אויסגעוויזן צו זיין פאלש. דער ערשטער וואס האט קריטיקירט גאלען איז געווען דער רמב"ם.‏[1]


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גאלען