יידיש-וויקיפעדיע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יידישע וויקיפעדיע)
יידיש-וויקיפעדיע
סארט פֿרייע אינטערנעץ ענציקלאפעדיע
גרינדונג 3 מערץ 2004
אייגנטומער וויקימעדיע פונדאציע
שפראך יידיש
הרשמה לא חובה
https://yi.wikipedia.org/
סטאטיסטיק פון דער יידיש-וויקיפעדיע
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

די יידיש-װיקיפעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דער יידישער שפראך.

עס איז אן עלעקטראנישע ענציקלאפעדיע וואס א יעדער יידיש רעדער אויף דער וועלט, איז ערמעגליכט, באויפטראגט און איינגעלאדן, דאס פרייערהייט און אפנערהייט, צוגלייך פאר יעדן אייניג, שרייבן און רעדאגירן.

זי איז געגרינדעט געווארן כ' אדר ה'תשס"ד (13טן מערץ 2004)[1] היינט צוטאגס אנטהאלט זי 15,442 ארטיקלען.

וויקימעדיע פונדאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יידישע וויקיפעדיע איז געגרינדעט געווארן דורך דער וויקימעדיע פונדאציע. אלע שפראכן וויקיפעדיעס, איבער 270 אין צאל, איז איין גרויסער פילשפראכיגער פרייער ענציקלאפעדיע פראיעקט אונטער דער פונדאציע'ס אויפזיכט.

די וויקימעדיע פונדאציע איז א נישט-פאר-פראפיט וואולטעטיגע ארגאניזאציע וואס איז הויפטקווארטירט אין סאן פראנציסקא, מיט לאקאלע פילאליעס דורכאויס די גרעסערע שטעט אין דער וועלט ווי ירושלים און ניו יארק, זי איז געגרינדעט געווארן דורך זשימי וועילס, וואס ער האט אויף זיך געלייגט דעם ציל צו ברענגען וויסנשאפט צו יעדן מענטש אויף דער וועלט אומזינסט און אייניג פריי אן אפצאל,[פֿעלט אַ מקור] דורך דעם וואס זיי שענקען צו יעדן אייניג די 'אויטאריטיטעט' פאר אלעמען אייניג צו שרייבן וואס איז 'אמת' אלס פאקט.

דאס ווערט אויסגעפירט דורך אויסנוצן די וויקי ווייכווארג פלאטפארמע; וואס לאזט יעדן איינעם ענדערן אייניג און מיט קאנסענסוס צוזאמען אויפאמאל יעדעס ענין. אזוי ארום האט די פאונדאוציע אוועקגעשטעלט אן אנציקלאפעדיע אין כמעט יעדע שפראך אויף די וועלט, אין פארעם פון וויקיפעדיעס.

נישט בלויז ענציקלאפעדיעס נאר אויך פרייע ווערטערביכער, אין יעדער שפראך, אין פארעם פון וויקיווערטערבוך. און אזוי ווייטער, בילדער, און ביכער זאמעלונגען, און נאך פילע פראיעקטן וואס באפרייט די קאלעקטיווער מענטשליכער וויסנשאפט פארן יעדן מענטש אייניג.

די פונדאציע געבט זיך בעיקר אפ אין די טעכנישע אינציאטיוו און גרינדונג פון די פראיעקטן, אבער נישט אין איר טאג-טעגליכן ווערטשאפט, וואס ווערט געפירט בלויז דורך די קהילה פון די שפראך, ווי צום ביישפיל טוט זי בלויז אויפהאלטן אירע סערווערס, דורך פאנדרעיזינג, וואס קאסט אפ שווערע מיליאנען א יאר. אבער זיי קענען אבסאלוט גארנישט אריין רעדן בנוגע דעם אינהאלט פון די דאזיגע פראיעקטן, נאר לאזן די וואלענטורן שאפן קאנסענסוס צווישן זיך אליין'ס איבער יעדעס ענין, וויאזוי און וואס פונקטליך עס זאל דאקומענטירט ווערן און וויאזוי עס זאל ווערן אויסגעשטעלט די 'סאפטוועיר' און די 'דעזיין' דערפאר.

עס איז אזוי אויסגעשטעלט אז אלץ וואס מען שרייבט ווערט אויטאמאטיש באפרייט פאר יעדן צו קאפירן און זיך באנוצן אן רשות פארן אייגענעם געברויך פון דער גאנצער וועלט, דעריבער קען מען נישט אריין קאפירן גארנישט וואס האט עפעס קאפירעכטן.

וויקיפעדיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווארט וויקיפעדיע איז א צוזאמשמעלץ פון צוויי ווערטער, וויקי נאכן סאפטווער אויף וואס דער סייט לויפט, אין לשון פון שנעל אויף 'האוואי'שער שפראך, און פעדיע (פון ענציקלא-פעדיע) וואס מיינט אין לאטייניש, ארומענעמדיג אלץ[2]. עס איז אויסגעשטלעט אין א היעראכיע פון באניצערס וואס קיינער קען נישט געוועלטיגן און ארויפצווינגען עפעס איבער דעם אנדערן'ס מיינונג, נאר אלץ ווערט געטאן דורך קאנסענסוס[3]. עס זענען פארהאן סיסאפן (א פארקערצונג פון 2 ווערטער סיסטעם אפעראטאר) וואס ווערן ערוויילט דורך דער קהילה[4] דורכצופירן די קאנסענסוס שאפונג דורך צייטווייליג אפשפארן יעדע ענין וואס איז אין מחלוקת און א שטער פארן כלליתדיגן בוי פון וויקיפעדיע[5]. גארנישט און קיינער ווערט צענזורירט[6], נאר בלויז אויף די צייט ביזווילאנג קאנסענסוס ווערט געשאפן, קען דאס ווערן צענזורירט נישט קיין סעקונדע שפעטער וואס מען שליכט דאס[7]. אויך זענען פארהאן באניצערס אויף העכערע שטאפל פון כוח, ווי דער ביוראקראט וואס מאכט די סיסאפן[8], און די סטוארדן, וואס איז נאך העכער, ער פאסט אויף אז די באנוצער זאלן זיך טאקע באגיין לויט דער סיסטעם[9].

ענציקלאפעדיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יידישע וויקיפעדיע האט בלויז איין ציל פון פארשפרייטן וויסן, דורך דינען אלס א פרייע און אפענע ענציקלאפידיע אין דער יידישער שפראך.

אבער פארט שטעלט דאס מיט זיך פאר קלענערע צילן אויף איר וועג.

די פאלגנדע פינף אינטערגאלע פאקטארן שפילן א גרויסע ראלע דא אין דער יידיש־וויקיפעדיע: 1. דאמינירינסטער אידישער אינטערנעט וועב סייט. 2. פארשפרייטן אידישקייט. 3. אריינברענגען דעמאקראטיע אין חרדישן לעבנסשטייגער. 4. לימוד התורה. 5. א אידישע קהילה.

די דאזיגע פינף ענינים, זענען טאקע אבסאלוט נישט קיין ציל פאר זיך, אבער זענען פארט אויטאמאטיש אינעם גרעסערן בילד פונעם פראיעקט, און דינען אלס מטרה און אגענדע, בלויז צייטווייליג דורכאויס דעם פראצעס, צו עררייכן א פולשטענדיגע גענצליכע אידישע ענציקלאפעדיע: מען קען נישט באצייכענען די אידישע וויקיפעדיע אלס בלויז עפעס א וועב סייט, ווייל דאס איז נישט איין סייט אין פשוטן זין פון ווארט, נאר א איבער 4000 זייטן זאמעלונג.

גוגל פאקטאר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

היינט צוטאגס איז גוגל זוך מאשין, דער גאנצער אויספארמער פין פאפולערקייט אויף דער קאלעקטיווען אינטערנעט[10]. און גוגל מאכט די יידישע וויקיפעדיע פאר די אינטערנעט אין יידיש. ווייל דער הויפט מהלך וויאזוי גוגל ארבייט איז צו לינקען ווער עס האט דאס מערסטע לינקס[11]. די אידישע וויקיפעדיע איז אויסגעשטעלט מיט די מערסטע לינקס פון אלע וועב סייטס און זאל האבן מער לינקס פון אלע וועב סייטס צוזאמען[12]. דעריבער וויבאלד זי האט אזויפיל לינקס שיקט איר גוגל אין די מאסן אלע אידישע אינטערנעט באנוצער וואס זוכן סיי וואס פאר א ווארט אין אידיש, אסאך מער ווי צי אלע אנדערע אידישע סייטס. עס וועט זיך כמעט נישט מאכן א זוך פון א ווארט אין אידיש אן צענדליגע אידישע וויקיפעדיע ווייזונגען אויף די ערשטע פאר בלעטער פון די רעזולטאטן, וואס דאס איז קריטיש פאר די זוכער צו שלום מאכן מיטן מצב און אריינגיין בלויז דארטן.

אידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס טוט פארשפרייטן אידישקייט, דערווייל (2022) מיט איבער פיפצען טויזענט  ארטיקלען, דינט איר פרייהייט און אפענקייט אלס אן אינוויטאציע פאר נאך שרייבער דא צו בארייכערן מיט א פאטענציאנאלע שלל פון ידיעות וואס שטייט פאר אלס א צוזאג ווי צוקנויפטיגע אידישע דורות וועלן נוצען דעם זייט אלס הויפט בלאט מכוח איר ענציקלאפעדיע נאטור וואס סערווירט איין געוויסער פאלק אידן וואס רעדן זייער שפראך יידיש, זיך צו דערוויסן און לערנען איבער אלעס און אלעמען אויף די אידישע וועלט אין זייער אידישע לעבן פון אמאל און פון היינט.

דעמאקראטיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויך ברענגט דאס דער אידיאל פון דעמאקראטיע צו די אידישע לעבנס שטייגער, וואס אלעס ווערט געפירט פון עסקנים מיט רבנים אן קיין פראצעס פון וואלן[13]. ווייל זי דינט ווי א פעסטע סאציאלע טול צו האלטן די אידישע פירער צו אקאונטיביליטי, מכוח א אפענער אנציקלאפעדיע, וויסענדיג אז דער אמת איבער זייער שאפן און לעבן ווערט דאקומענטירט און באשריבן אין די אידישע וויקיפעדיע, פאר טויזנטערר צו ליינען און דעבאטירן, דורך טויזנטער פריוואטע באהאלטענע מענשטן וואס קיינער קען זיי נישט מעקן און צענזורירן.

תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווי אלע וויקיפעדיע שפראכן איז דער אידיששער וויקיפעדיע א 'דעת' און 'וויסנשאפט' צענטער ווי ביי חרדים ישיבה אדער כולל אדער ווי ביי פרייע אן אוניווערסעטי אדער שולע . איינער שרייבט א סברה, טעם, הלכה, מנהג, אדער פשט, אן אנדערער שפרינגט אויף און פרעגט דאס אפ און דעם רעדן בלאט, און פארענדערט דאס לויט זיין מסקנה, און דער דריטער מאכט א פשרה. און אזוי ווייטער ביז עס ווערט דורך פלפול און חברותא אויסגעדראשן א תורה שלימה.

קהילה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בנוסף צו דעם אלעם עס איז אויך א קהילה אינעם פולסטען זין פון ווארט, אזא סארט ווירטואלע געמיינדע וואס פאראייניגט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס ווילן דא שרייבן און ליינען א ענציקלאפעדיע. די וויקאפידען ווי מען רופט די פלייסיגע באטייליגער זענען פון דייטשלאנד ביז ניו יארק און ארץ ישראל, אידן וואס שעצן די מוטער שפראך, אפילו זיי זענען נישט אזוי שטארק שולט דערין, ווילן זיי דאס אבער בויען און פערזערווירן פאר די דורות הבאים. יעדע ליאדע סעקונדע רוקט זיך איינער אן, מען ברויך דאך נישט קיין רשות צו שרייבן, און געט פלוצלינג א פארעכט, א ענדערונג, לייגט צו עפעס א נקודה און דעטאל וואס דער פריערדיגער האט פארהוילן און נישט געשריבן, אדער שמועסט איבער סיי וואסארא ענין, אין איר געראטענער רעדן בלאט, וואס יעדער ארטיקל האט א רעדן בלאט זיך אויסצושמועסן איבער דעם ענין. עס שלאפט קיינמאל נישט דער סייט, ווייל די שעות איבער די וועלט, מאכט אז מען ארבייט ווען מען שלאפט אין איין פלאץ, אפילו אין שבת ווייל אידן פון אויסטראליע וואס ביי זיי איז שוין זונטאג זענען דעמאלטס פארנומען דא צו אויפלעבן קומט דאך אויס אז מיר זענען א שיינע אידישע קהילה.

וויאזוי ארבעט דאס?[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואס טרייבט איר וואוקס? און וואסערע ענינים שרייבט מען דארטן?

די דאזיגע צוויי שאלות זענען א סתירה איינס צום אנדערן, ווייל אן אנציקלאפעדיע דארף דאך זיין אלעס באשריבן, נאכדערצו אויב איז דאס א פרייער אפענער ענציקלאפעדיע וואס קיין שום קרייז אדער אידיאל קען נישט דאס באגרענציען אירע טעמעס אויף וואס דאס איז געשריבן, דאן דארף דאס דאך האבן אין זיך די גאנצע קאלעקטיווער וויסנשאפט פון דער וועלט, וואס יעדע פון די זעקס ביליאן לעבעדיגע מענטשן האבן אין באזיס פון זייער מוח. און דאס איז דאך א ציל וואס איז נישט רעאליסטיש אויב מען נעמט ווידעראום אין באטראכט, אז דאס האט א טרייב קראפט וואס איז דאך לכוארה אויבן אויף יא שטארק באגרעניצט אין איר ענדציל, און סובסאקווענס אין אינהאלט. ווייל א טרייב קראפט איז דאך זיכער א באגרעניצטער כוח, און אין אונזער פאל, גאר שטארק מינימיזירט דוקא אין די שמאלע גרעניצען פון דריי תנאים: איינס א שרייבער צוויי וואס האבן אינטערנעט צוטריט און דריי ער מוז קענען שרייבן די אידיש שפראך?

אבער די סתירה פון די שאלות איז גאר גופא דער ענטפער פונעם הסבר פונעם אידישען וויקיפעדיע עקזיסטענץ און הצלחה, ווייל וויבאלד די באטייליגער קענען אידיש, און וויבאלד זיי קענען שרייבן, און וויבאלד זיי פארמאגן אינטערנעט צוטריט, איז זייער כוח שוין גענוג מעכטיג שטארק צו באשאפן די גרעסטע אידישע אנציקלאפעדיע אין היסטאריע מיט א אין-סוף  ארטיקלען וואס אנטהאלט אינפארמאציע פון די וועלט פאר יעדן דאס צו לערנען און זיך באקענען און דאס טוישן.

זיי זענען טאקע גאר ווינציג אין צאל, אבער ווערענדיג געטריבן מיט א מעכטיגען כוח, צו פארשפרייטען וואס מען וויל די וועלט זאל וויסן און זיך לערנען, שאפט זיך אזא קנאת סופרים תרבה חכמה, וואס מען איז גורם אז אנדערע קומען דא מיט פלייס טוישן און פארציילן וואס זיי האלטן אז די וועלט זאל וויסן און לערנען לויט יעדןס פערזענליכע קוק וואונקל.

די גרונט פון וויקיפעדיע איז טאקע זיך האלטן נייטראל איבער יעדן ענין, אבער עס אנערקענט דאך אין די פרייהייט פון יעדן מענטש אויף די וועלט, און לאדענט יעדןס פערספעקטיוו און דעת לויט וויאזוי זיי פארשטייען אז דאס איז נייטראל קענען זיי דאס פרייהערהייט און אפען פאר אלעמען גלייך דאס צו טוישן אן קיין רעדאקציע וואס זאל באגרעניצען די דעת און אמת און זיי פארטרייבן דורך פארשטילן זייער רייץ אויסצופירן זייער מיינונג.

ביישפיל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כדי צו פארשטיין אט די שטארקע רייץ פון א פרייען אומבאגרעניצטען כוח, וואס דאס הייסט אז קנאת סופרים איז באמת תרבה חכמה אויב מען לאזט די קנאה ברענען און פלאקערן אן קיין באגרעניצונג פון קיינעם אויף די וועלט, איז כדי צו ברענגן אלס ביישפיל דעם הויפט וויקיפעדיע מאדעל, די ענגלישע וויקיפעדיע וואס איז די גרעסטע און די ערשטע וויקיפעדיע שפראך.

אויב איר וועט אריינבליקן דארטן, וועט איר באמערקן א וואונדערליכע ענערגיע וואס דארטן בוזשעוועט, אזש אז עס שוין היינט צוטאגס דאס דריטע מערסטע באזוכסטע וועב סייט אויפן גאנצען אינטערנעט[פֿעלט אַ מקור]. עס איז אינגאצן דא 11 יאר זינט די שרייבונג פון איר ערשטע ארטיקל דארטן[פֿעלט אַ מקור], און האלט שוין היינט צוטאגס קרוב צו פיר מיליאן  ארטיקלען![פֿעלט אַ מקור] מיט איבער 400 מיליאן רעגעסטריטע באנוצער[פֿעלט אַ מקור] עס איז די גרעסטע אנציקלאפעדיע זינט וועלט באשאפונג, מיט אסאך מער אינפארמאציע פון אלע אנדערע אנציקלאפעדיעס וואס האט גענומען יארן און עפאכעס צו שרייבן! וואס גייט דארטן פאר?! וועט איר זיך פרעגן וואס טרייבט אזא אסטראנאמישע וואוקס און אומפארשטענדליכע פאפולערקייט ביי מענטשן דאס צו בארבייטען?

אבער איר וועט באמערקן אז וואס טוען זיי דארטן די באנוצער? לאמיר גיין צו די סאטטיסטיקס זייט און עס אנטפלעקט זיך אז די ארטיקל זשארזש דאבליו בוש איז דאס מערסטע גענדערט און רעדאגירט דארטן. אַרטיקלען מיט די מערסטע באַאַרבעטונגען (ענגלישע וויקיפעדיע)

דזשארדזש בוש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווייזט אז אקטועלע  ארטיקלען ווערן די ענזשין וואס דאס ציעט דעם באטייליגער זיך צו אנשליסן און טרייבן ווייטער זיין באטייליגונג צו פארברייטערן אנדערע  ארטיקלען פאר די גאנצער וויקיפעדיע פראיעקט. ווייל איינמאל מען זעהט אז די ברירה ווערט געגעבן פאר יעדן איינציגן פארשוין, נישט קיין חילוק זיין בייעס ווי גרויס עס איז, צו איז דאס א רעפובליקאנער אדער גאר ליבעראלער, אז יעדער קען טוישן אינפארמאציע וועט ער שוין ווייטער טוישן אלעס וואס עס איז נאנט צו זיין לעבן.

דער פירער פון די וועלטס מאכט איז נישט דארטן בעל הבית אויף דעם וויקיעפדיע, אבער ער איז אן אישו וואס העלפט די מערסטע פארן וואוקס פון וויקיפעדיע, ווייל די מיליאנען חברה וואס קענען ענגליש און זענען אדער זיינע שונאים אדער זיינע אוהבים, להבדיל ביי אונז, אדער זיינע חסידים אדער זיינע מתנגדים, וואס רעדן עגליש. וויבאלד זיי פארמאגן אינטערנעט צוטריט ברענט אין זיי די רייץ זיך צו לאזן הערן זייער מיינונג איבער זיין לעגענדע לעבן און שאפן, און ווערן געטריבן צו זיך באטייליגען אינעם אויספארעמונג פון  ארטיקלען.

אהרן טייטלבוים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזוי אויך גענוי איז אין דער אידישער וויקיפעדיע, דער ארטיקל וועגן דעם לעבן און שאפן פון ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, דער סאטמאר רבי פון מאנרוי, איז דער מערסטער געטוישט און רעדאגירט. (נאך די ערשטע זייט, און אידישער וויקיפעדיע און וויקיפעדיע און פארטאל פון די אקטועלע  ארטיקלען וואס זיי זענען אינעווייניגסטע סיסטעם בלעטער.) אַרטיקלען מיט די מערסטע באַאַרבעטונגען

ווייל ער איז דער מערסטער עגבערטער אישו אינעם היינטיגען אידישן שפראך וועזען, (זיין ברודער זלמן לייב איז צו פריש אויף די פאליטישער האריזאנט) דאס ווייזט אז וויבאלד מיר געבן פאר בייעסד מענטשן וואס האבן צוטריט צו שרייבן און אינטערנעט און קענען די שפראך, וועלן זיי זיך צו דעם צוכאפן ווי צו הייסע קוגל דאס אויפרעסן און נעמען דעם בעיט און זיך באטייליגן.

זייער אסאך ארטיקלען טראגן דערווייל נאך א סלענט לטובת סאטמאר און אויך לטובת די ארונים פארטיי פון סאטמאר, און רוב פערזענליכקייטן באשריבן זענען פון דא פון די סאטמאר מחלקות וואס דאס באשעפטיגט איצט דעם וועזן פון אידיש שפראך.

מיר האבן דא בעלזא און זאליס וואס פאלן אריין דא אבער אין גאר א קלענערן טעמפאו און נאכנאנדיקייט ווי די סאטמאר ארונים דאס צו רעדאגירן און טוישן.

דאס איז צוליב וואס דער אידישער וויקיפעדיע שפיגלעט אפ דעם מציאות וואס זייער ווייניג אידן רעדן אידיש רוב פון זיי זענען חסידים און דאס גרעסטע טייל זענען סאטמאר חסידים,

און רוב חסידים האבן ניט קיין אינטערנעט צוטריט, און די וואס יא האבן נישט קיין היברו פאנטס בלייבן מיר איבער מיט אפאר געציילטע ארונישע שרייבער וואס זענען העווי אינוואלווד אין פאליטיק פון סאטמאר.

אפילו די ארונים זענען שטערקער אדער מער, קענען זיי דאך נישט צענזורירן די אהרן טייטלבוים ארטיקל, און אלע קאנטראווערסיעס פון דוכראויס די 30 יאר וואס ער האט געפירט סאטמאר ווערן אויסגעשמועסט אין גרעסטן דעטאל פון אלע  ארטיקלען. ווייל וויקיפעדיע געט די זעלבע כוח פאר א יחיד ווי א רבים ווען עס קומט צום אמת.

א גוטער ביישפיל צו דעם איז דער צווייט גרעסטער קאנטראווערסיע אין אידישער וויקיפעדיע, נעמליך וואס טוט מען מיט  ארטיקלען וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די חרדישער לעבנס אויסקוק? פרומע זענען דאך די רוב פון אידיש שפראך, איז וויאזוי קענען דא די סעקלארע שרייבן  ארטיקלען וואס זענען קעגן רוב?

מיעוט סעקולאריסטן קעגן רוב פרומע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויך איז די סיסטעם בלעטער א שטארקע פראגע, ווי די הויפט זייט און די אקטועלע ארטיקלען, וואס די צוויי זענען אויך פון די מערסטע געטוישטע  ארטיקלען, ווייל די דעבאטע איז וואס פונטקליך איז אקטועל? ביי וועמען? עס איז דאך דא אקטעועלע זאכן ווי די פרשה פון משה קצב וואס ביי די רוב וויקאפעדיעןס, די חרדים איז דאס אסור צו דערמאנען. די חרדישע צייטונגען האבן פארשוויגען דעם גאנצען פרשה און קיין ווארט נישט באריכטעט דערוועגן.

אבער פון דעסט וועגן דאך אין אידישער וויקיפעדיע געווינען אייביג די מיעוט סעקולארע באנוצער אז דאס זאל יא שטיין אויפן פראנט פעיזש אלס אן אקטועלע ארטיקל, ווייל אויב איז עס אמת אז עס איז אקטועל קענען די רוב חרדים דאס בשום אופן צענזורירען.

דער ענין פון איין ווילן צו צענזורירען דעם אנדערן און נישט קענען, טרייבט אטאמאטיק די וואוקס פון וויקיפעדיע, ווייל די  ארטיקלען וואס האבן נישט קיין איידלקייט ווי סעקסואלע ענינים און האליוואוד פילם אקטיארען, און נאך איסורים וואס די חרדים שמעקט נישט אז דאס ווערט דערמאנט, ווערן דעבאטירט און דוקא געמעקט און דערנאך צוריקגעלייגט. דורך חרדים אנטקעגן פרייע, ממילא שאפט דאס א רייץ ביי די פרייע דוקא דאס יא בארבייטען, און פארקערט ביי די חסידישע  ארטיקלען ווילן די פרייע דוקא מעקן, שאפט דאס א רייץ פון די חסידים דוקא יא בארבייטען.

קומט אויס נאך אזויפיל מלחמות איז די אידישע וויקיפעדיע רייך ביז גאר מיט אלע מינע  ארטיקלען. און א אינטערסאנטער פאראדאקס שטעלט זיך ארויס, מער פון אלע וויקיפעדיעס; פון איין זייט איז באשריבן יעדע קליינטשיגער רעבעלע פון בארא פארק אבער פון די אנדערע זייט האט דער אידישער וויקיפעדיע מער  ארטיקלען אין די קאטעגאריע:סעקס ווי די היברו וויקיפעדיע.

דאס ווייזט אז אפילו די חרדים זענען א רוב אין אידיש, איז אבער די יידיש-וויקיפעדיע אויסגעשטעלט אז דער דעת פון א יחיד אויב איז ער אנטשלאסן אז דאס איז אמת, אפילו ער איז איינס קעגן מיליאנען, וועט ער איבערלאזן זיין חתימה דערויף און אפילו נאך שטערקער ווי די רוב.

איז דאך די שאלה וויאזוי קען מען בויען אן ענציקלאפעדיע ווען אזאלעכע גרונטליכע מיינונגס פארשידענהייטען שטויסן זיך צונויף, ווי קען א חרדישער איד וואס די תורה ווארענט אים לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינינכם זיך אריינלאזן אין אז נסיון פון כפירה מינות און תאוות?

אויף דעם מוזן מיר נענטער באטראכטן וואס איז די נסיון פונטקליך?

אידישקייט קעגן די פרינצים פון פריי און אפען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויאזוי איז דאס פריי פון צענזור און אויסגעהאלטן לויט אידישקייט?

דער הויפט געדאנק פון די וויקיפעדיע איז צו בויען א פרייע אפענע ענציקלאפעדיע וואס יעדער איינער קען דארט שרייבן אמת'ע אינפארמאציע אָן קיין צענזור. דער געדאנק (און בעצם דאס גאנצער אינטערנעט) איז לויט טייל בעלי דעות דירעקטליך א צוזאמעשטויס און פראבלעם לויט די פרומע געמיינדע, (וואס זיי זיינען רוב אידיש-רעדנערס) און דערפאר קומט דא ארויף אפט דער נושא און פראבלעם איבער דעם צו באגרעניצן די וויקיפעדיע עפ"י דעת התורה און נישט איר לאזן זיין פריי פאר יעדן צו שרייבן אפילו רעכטע אינפארמאציע וואס שטימט נישט עפ"י התורה.

אבער וויבאלד אלעס מוז ווערן געשריבן נייטראל, קומט דאך אויס אז מיר שרייבן דא סיי ווי סיי נישט קיין כפירה אין אידישקייט, פארקערט, רוב פון אונזערע ארטיקלען זענען ארום אין איבער אידישקייט. אבער פון דעסטוועגן, צום ביישפיל, ביי די פילאזאפישע ארטיקלען וואס זיינען עוסק אין "קיום האל" מוזן מיר און מעגן לאזן ארויפבריינגען די דעות פון די כופרים, כדי דאס נייטראליש אפשלאגן למען האמת. אדער ווען מיר רעדן וועגן "נאטור וויסנשאפט" מוזען מיר בריינגען פארשונגען פון די סייענטיסטען, כאטש וואס דאס קען זיין אין קעגנזעץ די תורה. אין די רגע וואס מען שרייבט "לויט די פארשערס" ווערט די ארטיקל נייטראליש, און מיר מעקן דאס נישט אויס, לויט די גרונדענע געזעצן פון וויקימעדיע וואס עס איז נישטא אויף זיי די געזעץ פון וואלן, ליינט מער דא. און עס איז פארט נישט קעגן הלכה און דירעקט יא אויסגעהאלטן צו באשרייבן די פראגע'ס אויף די אמונה וואס מענטשן קענען האבן מיטן חשבון דאס צו פארענטפערן בבחינת ודע מה שתשיב לאפיקורס שלך.

צו סאך אינפארמאציע קען אייביג זיין א זעלבסט מארד כלי פאר מענטשען וואס ווילן זיך הארגענען אדער נאר פאר קינדער און שוואכע אינגעלייט. מען וועט דאס קיינמאל נישט קענען געהעריג שליכטן דעם פראבלעם. מען לערנט דאך נישט אין חדר מיט קינדער געוויסע רש"י'ס טאקע דערפאר, אבער קיינעם איז נאך נישט איינגעפאלן דערוועגן צו פארברענען רש"י, און זאגן אז דאס איז נישט תורה.

פארשטייט זיך אז מיר פארלאזן זיך אז די סארט שוואכע חסידים אדער קינדער וואס האבן פארט דעם פראבעלם פארלאזן זיך סיי ווי סיי אויף די רבנים וואס אסערן סיי ווי אינטערנעט ממילא קומט נישט אויס אז וויקיפעדיע איז קעגן קיינעםס אידישקייט הלכה.

ארטיקלען וואס פארטוהען זיך מיט סעקס און נאך אומאיידעלע ענינים טוען מיר ווי די תורה מיר שרייבן פונקטליך וויאזוי און וואס צו זיך באגיין כדי אפהיטן פון טעותים וואס קען זיין טויטליך אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

וויפל באנוצער?[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינגעשריבענע באנוצער האט זי עטוואס מער פון 700, אבער דאס שפיגעלט לאו-דווקא אפ די ריכטיגע צאל באטייליגער ווייל יעדער איינער מעג זיך האבן עטליכע באנוצער נעמען אויב מען נוצט דאס נישט צו שאפן קאנסענסוס איבער תוכן וויאזוי דאס זאל געשריבן ווערן.

עס זענען געווענליך אייביג דורכאויס 24 שעה אין טאג אקטיוו עפעס איינער אדער מערערע. טייל מאל 3 אדער 4 מענטשען קומען זיך ארויף אויף איין מאל צו די זעלביגע צייט בעיקר ווען עס שאפט זיך א מחלוקת, אדער אין די שעות פון די נאכט, וואס דער עולם האט מער צייט צו וואלענטורן און זיך אפגעבן מיט זייער האבי ווען מען ארבייט נישט פאר פרנסה אדער אנדערע קריטישע פארנעמונגען.

לענגאויס די קורצע צייט אפשניט זינט איר עקזיסטענץ, האבן זיך שוין אין איר באטייליגט פילע אידיש שרייבער וואס זייער צאל איז שווער צו אפשאצאן, ווייל אסאך פון זיי האבן בלויז פאראכטן א קלייניגקייט וואס האט זיי געעגבערט בשעתן ליינען, דינענדיג אלס רעדאקטאר פון אנדערע. און בכלל קען מען דערין שרייבן אן א באנוצער נאמען, דורך בלויז פונעם אייפי אדרעסע ממילא איז נישט שייך צו דאקומענטירען א צאל פון באטייליגער אין דעם אידישען ווירטואלען פענאמענאן וואס רופט זיך אידישער וויקיפעדיע.

עס האט שוין דערגרייכט 15,442 ארטיקלען אין די אכט יאר פון ווען זי איז געגרינדעט געווארן כ' אדר ה'תשס"ד (מארץ 13 2004)[14] איר ערשטע ארטיקל (צעטיל קטן) איז געשריבן געווארן נאר ט"ו כסליו תשס"ה (נאָוועמבער 28). היינט צוטאגס איז שוין דא 15,442 ארטיקלען. די ערשטע טויזנט ארטיקלען זענען געשריבן געווארן אין פארלויף פון 3.5 מאנאטן, אויך די צווייטע טויזנט זענען געשריבן געווארן אין 3.5 מאנאטן, צווישן י"ב אדר תשס"ו צו א' אב תשס"ו.

איינע פון די גרויסע פראבלעמען אין דער יידישער וויקיפעדיע איז, אז ארום 50 פראצענט פון די ארטיקלען זיינען רעדאקטירט געווארן דורך בלויז צוויי מענטשן וואס זיי אליין זיינען די סיסאפס, אזוי איז די יידיש-וויקיפעדיע געאייניקט צו א פריוואטע סטיל, שפראך און אידעאלאגיע.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]