װיקיפּעדיע:יידיש, יודיש, אדער אידיש
פֿון װיקיפּעדיע
װיקיפעדיע איז אן אפענער און פרײַער פראיעקט פאר דער יידישער שפראך. דאס הײסט דא שרײבט יעדער אין זײַן דיאלעקט אויף זיין אויסלייג סיסטעם אידיש צי ייִדיש צי יודיש, דאך איז דא אױף די קעפלעך פון ארטיקלן די דאזיקע פאליסי כדי מען זאל זיך נישט באוועגן דא ארטיקלען איינער דעם אנדערן אין ענדלאזע רעדאקטירונגען געראנגלען.
יידיש איז א שפראך וואס מען שרייבט אין עטלעכע וועגן:
דער ערשטער וועג איז די מער שטודירטע און דורכגעארבייטע פראפסיאנעלע אוניווערסיטעט אויסלערנען שפראך - וואס איז באשטימט געווארן דורך דעם "ייוו"א אינסטיטוט" און איז פאררעכנט ווי אן אקאדעמישע יידיש.
דער אנדערער וועג איז די היימישע אידיש אויסלייגן וואס די פרומע חרדישע געמיינדעס ניצן, און ווערט געשריבן היינט דורך א סך אידיש רעדער וואס זענען די חסידים.
די חילוקים צווישן ביידע וועגן זיינען נישט גאר גרויס אזוי ווי איר קענט דא לייענען, אבער די מערהייט יידיש רעדער פארשטייען אלע סארטן אויסלייגן (אין זייערע באקאנטע טעמעס).
מיר ענדערן נישט פון איין וועג צום צווייטן (סיידן אויב רוב ארטיקל איז שוין געשריבן אויף א געוויסן וועג קען מען פאראייניקן אלע ווערטער צו דעם וועג).
יידישע ווערטער וואס זיינען ניט באקאנט פארן המון עם (צוליב דעם וואס די ווערטער זיינען ניי, אדער צוליב דעם וואס די ווערטער זיינען פון א זעלטענע קלאסיפיקאציע און ווערן ווייניק גערעדט) ווי צב"ש אן air conditioning. קען מען זיך העלפן מיטן גוגל צו געפינען ווי אזוי דאס צו שרייבן, אדער זוכן דאס פאסענדע אידיש ווארט אין א וויקיפעדיע:ווערטערבוך.
| וויקיפעדיע אנווייזונגען |
|---|
| אינהאלט |
|
אויטאביאגראפיע |
| קלאסיפיקאציע |
| רעדאקטירן |
| רעדן |
| אויפירונג |
|
עטיקעט |
| סטיל |
| האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע |