הילף:אנהייבן א נייעם בלאט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אן ארטיקל איז א געשריבענע אפהאנדלונג פון אן ענין, פארן ליינער זיך צו דערקענען מיט אלע איינצילהייטן. (אויב זייט איר אן אנהייבער און איר ווילט זיך אויספרובירן צו שרייבן אן ארטיקל, ביטע ניצט זיך מיטן זאמד קאסטן און ניט מיט עקזיסטירטע ארטיקלען).

וויאזוי שאפט מען א בלאט?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איידער איר הייבט אן שאפן אן ארטיקל, זוכט טאמער אייער ארטיקל עקזיסטירט שוין. ווען ס'איז שוין דא אן ארטיקל אויף דער טעמע, און איר האלט מענטשן וועל זוכן אים מיט אן אנדער נאמען אדער אויסלייג, קענט איר צושטעלן א ווײַטערפֿיר מיט דעם נאמען.

אפטמאל די אינפארמאציע וועגן א טעמע איז נאך נישט גענוג צו פאדערן א באזונדערן ארטיקל. אין אזא פאל איז כדאי אריינשרייבן די אינפארמאציע אין אן עקזיסטירנדן ארטיקל. למשל ווען איר ווילט שרייבן וועגן א מיטגליד אין א געוויסער גרופע, איז כדאי צו שרייבן די אינפארמאציע אינעם ארטיקל וועגן דער גרופע. שפעטער, ווען די אינפארמאציע וועגן א געוויסן מענטש איז גענוג גרויס, טוט מען דאס אפשפאלטן אין א באזונדערן ארטיקל.

אבער, ווען ס'איז נישט דא קיין פאסיגן ארטיקל, דארף מען אנהייבן א נייעם ארטיקל. דאס קען מען מאכן אויף צוויי אופנים:

  1. אויב ס'איז דא אין נארוואס אן ארטיקל א רויטער לינק מיטן נאמען פונעם ארטיקל וואס איר האלט ביי שרייבן, ווען מען קליקט אויף דעם רויטן לינק וועט עפענען א פענסטער מיט א רעדאקציע קעסטל, און איר קענט זאפארט אנהייבן שרייבן.
  2. און דעם זוכקעסטל (וואס געפינט זיך אין דער הייך פון יעדן בלאט צו לינקס), קלאפט אריין דעם נאמען פונעם ארטיקל וואס איר ווילט שרייבן. אויפן זוכבלאט וועט איר זען באַשאַפֿן דעם בלאַט "???" אויף דער וויקי, מיט א רויטן לינק צום נייעם בלאט; קענט איר אויפן רויטן לינק קליקן צו שאפן אייער ארטיקל.

ווען איר הייבט אן שרייבן אן ארטיקל, איז שטענדיג גוט צו ברענגען מקורות.

נאכדעם וואס איר האט געשריבן דעם ארטיקל, דריקט "פֿארויסדיקער אויסקוק" כדי צו באקוקן וויאזוי דער בלאט וועט אויסזען. טוט פאררעכטן פארמאטירן גרייזן. דערנאך דריקט "אויפֿהיטן בלאַט".

אייער ארטיקל איז אצינד א טייל פון וויקיפעדיע, און יעדער איינער קען אים רעדאקטירן.

נעמען פון קעפלעך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – וויקיפעדיע:נאמען פון ארטיקל

א קעפל באלאנגט

  1. לשון יחיד ("מענטש" און נישט "מענטשן")
  2. סובסטאנטיוו (שם דבר) - און נישט סתם יעדע ווארט אין יידיש
  3. ווי ווייט מעגלעך אויף א"ב און נישט אויף לאטיינישע אותיות
  4. הווה ("עסן" און נישט "געגעסן"), אויך נישט קיין נפעל נאר שם פעולה, נישט קיין אדווערב. נאר א שם דבר, איש, אדער פעולה. (אויב איר האלט אז ס'פאסט זיך יא קענט איר דאך סייווי מאכן א ווייטערפיר)


רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען

רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
Editing shortcuts
עדיט טולבאר
Magic words
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
עדיט מלחמה
Minor edit

אנדערע

זאמדקאסטן

שפראך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין דער יידישער וויקיפעדיע שרייבט מען נאר ארטיקלן אויף דער יידישער שפראך, אויב איר האט אן ארטיקל אויף אן אנדער שפראך, ווערט איר געבעטן אירם איבערזעצן אויף יידיש, און דאן אים דא אויפשרייבן.

אויב דער טערמין איז פון א נייער טעכנאלאגיע וואס אויף דעם איז נישטא קיין טראדיציע ווי אזוי דאס צו שרייבן, דארף מען זיך אנהענגען צו דער יידישער גראמאטיק. ווי צ.ב.ש. אזעלכע ווערטער וואס ענדיקן זיך מיט tion- אויף ענגליש ווערן זיי אויף יידיש פארוועטן מיט "-ציע" אד"ג.

אויב מען שרייבט אן ארטיקל אויף א קאמערציעלער צייכן ווי צ.ב.ש. אויף דער "Gmail" געזעלשאפט אדער "הדסה" געזעלשאפט, זאל מען שרייבן א ווידער-ריכטונג פון דעם אריגינעלן נאמען.

ווייטערפירן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויב די טעמע פונעם ארטיקל קען מען שרייבן מיט עטליכע קעפלעך, שרייבט דעם ארטיקל מיט זיינע אלע קעפלעך, און העלפט אייך ארויס מיטן ווייטערפירן פונקציע.

ווארט פון קעפל וואס האט מערערע באדייטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויב אייער ארטיקל האט עטליכע באדייטן, ווי צום ביישפיל דאס ווארט ווארעם, דארפט איר שרייבן א בלאט מיטן מוסטער באדייטן און אנצייכענען יעדע ווערט מיט אן אייגענעם צייכונג.


פארבינדונגען (לינקען)[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א הויפט מעלה פון וויקיפעדיע איז די לינק טול. ווייל ווען מען ליינט איבער איין ענין, וואס רירט אן אן אנדער ענין, קען מען שפרינגען שנעל אהין און צוריק דאס צו ליינען ביידע אויפאמאל אן שרייבן אויף איין בלאט איבער צוויי טעמעס.

ווען איר שרײַבט אדער ענדערט אן ארטיקל, ביטע שטעלט א לינק צו וואס מער ווערטער וואס זענען א טעמע פאר זיך, כדי צו פארברייטערן די וויקיפידיע, אפילו איר האט נישט איצט קיין צייט צו שרייבן וועגן יענעם ענין וועט אבער אן אנדער שרייבער ווערן צוגערעדט דאס יא צו שרייבן זעענדיג אז דאס איז נאך א רויט לינק.

ווען מען שרייבט אן ארטיקל, איז זייער וויכטיג אריינצושטעלן פאסיגע דרויסנדיקע פארבינדונגען (לינקען). זעט צ"ב דאס ווערט דעמאקראטיע.

  • אויב איר ווילט שטעלן א לינק צו אן (אונטער-)קעפל אין דעם אייגענעם ארטיקל שרייבט אזוי: [[#קעפל]] (ווען "קעפל" איז דער נאמען פון דעם קעפל).
  • עס איז נישט שיין צו מאכן א לינק אין א קעפל.

אידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כאטש וואס די וויקיפעדיע איז פריי פאר אלע פעלקער גלייך, פון דעסוועגן זיינען דאך די עיקר ליינערס פון דעם יידישער פאלק, אלזא, איז כדאי שטענדיג צולייגן אינפארמאציע פון דער יידישער קולטור. אבער ס'איז כדאי צו שטעלן די אינפארמאציע אין א באזונדערע טיטל "לויט די תורה" א.ד.ג. זעט צ"ב דאס ווערט דיין.


אביעקטיוו און נייטראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מען דארף אייך געוויס נישט ערקלערן, אז די ווקיפעדיע איז פריי פאר אלע, און די ארטיקלן מוזן ווערן נייטראליש געשריבן; אן ארטיקל טאר נישט נעמען קיין שטעלונג אין א מחלוקת, נאר מוז ברענגען די פערספעקטיוון פון ביידע זייטן. למשל, אויב איר זענט א פרייער, סעקולערער איד, טארט איר נישט בלויז ארויסברענגען די נעגאטיווע זייט פון רעליגיע. דאס זעלבע פארקערט, א פרומער איד טאר נישט אטאקירן דעם פרייען לעבנסשטייגער.

האקעלע מחלוקת טעמע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עמפינדלעכע ארטיקלן וואס האט מיינונגספארשיידנהייט און וויכוחים דערהין, קען מען לייגן אויבן דער מוסטער {{מחלוקת}}


דאפעלטע ארטיקל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אויב איר זעט צוויי געראטענע ארטיקלען וואס פאסט צו ווערן געשריבן אין איין איינציגן ארטיקל, ווערט איר געבעטן זיי באהעפטן, אדער אנצייכענען א {{באהעפטן}} מוסטער.


מאכן אפטיילונגען מיט קעפלעך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כדי צו ארגאניזירן די ארטיקלן, קענט איר אפטיילן די ארטיקל מיט פאראגאפן און אונטער פאראגאפן, כדי דאס צו טאן שרייבט אין א באזונדערע ליניע א טיטל ארום געצייכנט מיט די סימנים: צוויי == מאכט דעם הויפט פאראגאפ (מען קען דאס מאכן מיטן קנעפל A) , דריי === מאכט אן אונטער פאראגאפ (קנעפל A2), פיר מאכט די אונטערן אונטערע פאראגאפ א.א.וו.

זעה הילף:אפטיילונגען

אנהייבן דעם ארטיקל מיטן נאמען אינעווייניג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען איר הייבט אן שרייבן, באגאנונגט אייך נישט נאר מיט דעם אז דער ארטיקל האט שוין א קעפל, נאר טייפט דאס איבער אנפאנג ארטיקל, אונטער די דיקקייט. למשל ווי דא אויבן דאס ווארט ארטיקל איז איבערגעטייפט אנפאנג אפילו די טעמע האט שוין א קעפל.


נישט תיכף אויפהיטן נאר קודם איבערקוקן אין פאראויסיקער ווייזונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איידער איר ענדיגט אנשרייבן אדער פאררעכטן אן ארטיקל, דריקט נישט באלד "זייט אויפהיט", נאר קוקט דאס קודם איבער דורך "פארארויסיקע ווייזונג" און ערשט דערנאך היט דאס. ווייל אויב איר מאכט א טעות און האלט אין איין אויפהיטן און פאררעכטן מאכט שווער דעם טראפיק און קאמפליצירט פאר די אדמיניסטראטורן נאכצוקוקן די לעצטע ענדערונגען, ווייל סאיז צו פיל.


זיך צוריק האלטן פון נקודות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א קעפל פון אן ארטיקל, איז זייער וויכטיג צו ווערן געשריבן אן קיין נקודות, ווייל רוב באנוצער האבן נישט קיין נקודות אויף זייער קלאוויאטור (קי-בארד), און ביים זוכן וועלן זיי דאס קיינמאל נישט טרעפן.

געדענקט צו קאטעגאריזירן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ס'איז זייער וויכטיג ווען איר ענדיגט דאס, אריינצולייגן אין א קאַטעגאָריע כדי מ'זאל דאס אייביג קענען טרעפן גרינג, און ס'זאל זיין א מסודרדיגער בנין די גאנצע וויקיפעדיע.

וויקיפעדיע אנווייזונגען
אינהאלט

אויטאביאגראפיע
קאפירט נישט קיין מקורות

קלאסיפיקאציע

אונטערבלאט
באדייטן
קאטעגאריעס, רשימות און מוסטערן
קאטעגאריעזאציע

רעדאקטירן

זייט דרייסט
Build the web
קורץ ווארט
Article size

רעדן

רעדן
אונטערשרייבן
בויט אויף קאנסענסוס

אויפירונג

עטיקעט
דן זיין לכף זכות
Do not disrupt Wikipedia to illustrate a point
Don't bite the newcomers
באניצער בלאט

סטיל
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע

נישט שרייבן קיין פריוואטע לשון הרע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז רעלאטיוו צום מענטש און ענין, אבער כלליתדיג אויב א מענטש לייקענט עפעס אן ענין און עס איז געווען אויף א פריוואטן פלאץ, וואס נישט קיין רבים האט איר געקענט זעהן איז דאס אין כלל פון לשון הרע (און דער שרייבער וועט ארויסגעווארפן ווערן פאר באגיין אזא חטא נאכן ווארענען).

נישט אויסמעקן קליינע ארטיקלען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דערווייל האט אונזער הויפט מנהל געמאכט א פאליסי אז קליינע ארטיקלן אפילו דעם אינהאלט איז אזוי שטארק ארים אז עס קוקט אויס ווי א ווערטער בוך, טארן נישט געמעקט ווערן, ווייל לעת עתה זענען מיר נאך זייער קליין און אויב מען מעקט קליינע ארטיקלען וועלן מיר בלייבן אן גארנישט. אויב באדערט אייך א קליינער ארטיקל בארייכערט דאס. ספעציעל אז דאס האט נאך א שוועסטער ארטיקל אין ענגליש קענט איר דאך דאס קאפירן דעם אינהאלט.

גוטע מקורות נאכצושרייבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]