װיקיפּעדיע:דן זיין לכף זכות

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Green check.png דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.
וויקיפעדיע אנווייזונגען
אינהאלט

אויטאביאגראפיע
קאפירט נישט קיין מקורות

קלאסיפיקאציע

אונטערבלאט
באדייטן
קאטעגאריעס, רשימות און מוסטערן
קאטעגאריעזאציע

רעדאקטירן

זייט דרייסט
Build the web
קורץ ווארט
Article size

רעדן

רעדן
אונטערשרייבן
בויט אויף קאנסענסוס

אויפירונג

עטיקעט
דן זיין לכף זכות
Do not disrupt Wikipedia to illustrate a point
Don't bite the newcomers
באניצער בלאט

סטיל
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע

דן זיין אן אנדערן לכף זכות איז א פֿונדאמענטאלער פרינציפ אין דעם וויקיפעדיע מאדעל און אידיאל. מיטן ערלויבן פרייעהערהייט און אפנערהייט פאר יעדן אייניג צו רעדאקטירן שרייבן און פאררעכטן איינער דעם אנדערן, ארבעטן מיר דא פון א השערה אז רוב מענטשן ווילן טאן גוטס און העלפן דעם פראיעקט, און נישט איר חלילה שטערן און איר שלעכט טאן. אויב דאס וואלט נישט געווען אמת דער השערה, וואלט אזא פראיעקט ווי א וויקי אונטערגעגאנגען פארן זיך אנהייבן.

מענטשן ווי קליג און יושר'דיג זיי זענען מאכן זיי טעותים, און מיר קוקן אן די טעותים נישט חלילה מיט א קרום אויג נאר מיטן גוטן ווילן און מיר אנערקענען דעם טעות לטובה דאס צו פארעכטן און פארבעסערן אן קיין קריטיק.

ווען אימער איר האט א מיינונגס דיפערענץ מיט אן אנדערן געדענקט אייביג אז זיי ווילן אויך די גוטס פון פראיעקט דא. און שטרעבט צו טרעפן די מיטל וועג פאר א קאנסענסוס אויף ווי ווייט מעגליך.

אחוץ אז איר באמערקט איינע פון די 12 סעיפים פון וואנדאליזם דאס הייסט אפענע שלעכטע כוונה וואס דאן קענט איר שוין נישט דן זיין לכף זכות אפילו איר ווילט זאלט איר דאס איבערלאזן פארן סיסאפ צו קער נעמען און האלט אייך ציוויל און נוצט נישט קיין פערזענליכע אטאקעס ווייל דאס ברענגט נאך מער ארויס די וואנדאליזם פונעם וואנדאל.