קאנסענסוס
פֿון װיקיפּעדיע
זעהט אויך וויקיפעדיע:קאנסענסוס.
קאנסענסוס האט צוויי הויפט באנוצטע מיינונגן.
איין'ס איז א כלליתדיגער אפמאך צווישן מיטגלידער פון א געוויסע גרופע וואס קומען צו א געמיינזאמער הסכמה איבער אן ענין, דורך די פראצעס וואס איטליכער טוט אויסאיבן זיין אייגענער אויסשלוסלעכער בעלות איבער די אנדערע בנוגע די באשלוסען און אויף איר נאפאלגענדע אקציע.
די ווארט קאנסענסוס קומט פונעם לאטייניש ווארט קאם מיינענדיג מיט אדער צוזאמן מיט, און דאס אנדערע האלב ווארט איז פון די שורש סענטייער מיינענדיג צו טראכטן אדער שפירן. קומט אויס אז דער ווארט קאנסענסוס מיינט אין עטימאלאגיע] צו טראכטן און שפירן צוזאמן.
דאס צווייטער מיינונג איז ווי א טעאריע און פראקטיק פון צאמנעמען און קומען טאקע צו איין ביינאזאמער הסכמה צווישן די גרופע אידיווידיאלן (פאר מער אינפארמאציע וויאזוי עס ארבייט די צווייטער מיינונג דערפון זעה קאנסענוס באשלוס-מאכן).
צו דערגרייכן קאנסענסוס פארלאנגט זיך אן ערענסטער אפהאנדעלונג פון יעדן איינציגן מיינונג פון איטליכער מיטגליד פון די גרופע.
איינמאל א באשלוס איז געמאכט געווארן איז וויכטיג צו זיך פארלאזן אויף ווייטערדיגע באשלוסן בנוגע איר נאכפאלגענדע אקציע.
אין די געאייגנטער פאל זענען די דאזיגע וואס ווילן עפעס טאן א נייער זאך אדער אנדערשט, הערן אויס די דאזיגע וואס זענען אין די אפאזיציע, ווייל זיי רעכענען אויף די פאקט אז די ארויסקומענדער דעבאטע וועט בארייכערן זייערע פארזענישן און אזוי ארום פארבעסערן די קאנסענסוס. אין טעאריע, אקציע אן א רעזעלאציע פון די באטראכטע אפאזיציע מיינונגן וועט זיין זייער זעלטן, און ווערן געטאן מיט די אויפמערקזאמקייט נישט צו באדראען די קשר מיטן די מיעוט.

