װיקיפּעדיע:ציוויליטעט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Green check.png דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.


פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן

וויקיפדיע ציוויליטעט איז אן אויפפירעכץ פרינציפ וואס איז אנבאלאנגט צום ענדערן, קאמענטירן, און שמועסן אויף רעדן בלעטער אויף אלע וויקיפעדיעס. דער געזעץ פארלאנגט אז יעדער באנוצער זאל זיך באציען צו אנדערע באנוצערס מיט העפליכקייט און מיט א שטימונג פון גוטוויליגקייט. פערזענליכע אטאקעס, באליידיגונגען, באשולדיגונגען זענען נישט ערלויבט אין קיין שום פאל.

זיך אויפפירן אומהעפליך, אומסענסיטיוו, אדער זיך קריגן אויף קלייניגקייטן טוט שטערן צום געמיט פון מיטארבעטונג אויף וויקיפעדיע. פרובירט אפצורעדן אנדער פון זיך אויפפירן אומציוויל, און גיבט אכט נישט צו באליידיגן אנדערע מיטארבערטער שלא בכוונה. פערזענליכע אטאקעס, באליידיגונגען, אדער באשולדיגונגען זענען נישט ערלויבט אויף וויקיפעדיע. עס שטערט צום מיטארבייטן שטימונג, און עס מאכט אן אומאנגענעמע אטמאספערע. מיטארבייטער אויף וויקיפעדיע האבן אן אויפגאבע זיך אויפצופירן מיט'ן גרעסטן מאס ציוויליטעט און העפליכקייט, אויך אין פאל וואס יענער פארמאגט אן אנדערן מיינונג.

פרובירט אויך אפצורעדן אנדערע פון מאכן פערזענליכע אטאקעס, און גיבט אכט אליין נישט צו באליידיגן אדער באשולדיגן קיינעם אומוויסנד.

ארויסגעבן אן אנדערע באנוצער'ס פריוואטקייט אינפארמאציע, ווי זיין נאמען אדער אנדערע אידענטיטעט רמזים, בנוסף צו דעם וואס איז א פערזעליכע אטאקע, איז דאס אויך א שרעקליכע פארברעך און פארלעצונג פון די וויקיפעדיע:פריוואטקייט פאליסי וואס מען ווערט געבלאקט דורך די סיסאפן.

מ'קען ווערן אויסבלאקירט פארן טשעפנען נאכאנאנד אומזינינג אנדערע באניצערס איבערהויפט אז מען איז נאך א סיסאפ דארף מען מער זיך אפהיטן פון דעם, ווייל דאס דערשרעקט נייע באניצערס וואס זעהן אין דעם זינלאזע שטרענגקייט פארן גאנצן פראיעקט דא, און עס פארגייט זיי דער אפעטיט פון שרייבן דא.