װיקיפּעדיע:אויסמעקן פאליסי

פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.



וויבאלד אונזער וויקיפעדיע איז אפן און פריי פאר יעדן אייניג צו שרייבן כל מיני טעמעס וואס אינטערסירט זיי וועט זיך אייביג מאכן ארטיקלען און בילדער געשטעלט צו מעקן, צי ווייל זיי זענען נישט אויסגעהאלטן לויט פאליסיס, צי סתם אזוי עס אינטערסירט נישט פארן רוב, ד.ה. עס איז פשוט נישט מערקווערדיג, קודם ברויכט איר וויסן אז פונקט ווי יעדער מעג שרייבן מעג יעדער מעקן. און אויב איז דאס קעגן דעם אמת מוז מען מעקן. אבער עס איז דא טייל מאל וואס מען דארף מעקן אפילו ארויס פון היסטאריע ד.ה. אז בלויז סיסאפן קענען זיי אויסמעקן אז סתם א באנוצער זאל איר נישט קענען צוריקדרייען. אלגעמיינע באנוצער קענען נאר ענדערן דעם ארטיקל, אבער עס וועט אייביג ווייזן אין איר געשיכטע.

עס זענען דא דריי סארטן מעקערייען אין דעם פראצעדור פון א סיסאפ מעקן:

  1. שנעל אויסמעקן פאר ליגנט, פריוואטקייט, אומנאטראלקייט, לשון הרע אן מקורות, קאפי רייט פארלעצונגן, און סיי וואסערע אנדערע ענין וואס מאכט דעם בלאט נישט אנציקלאפעדיש. דאן לייגט דעם מוסטער, ווי דאס: {{אויסמעקן|סיבה}} און דאס וועט אטאמאטיק אריינגיין אין א ליסטע וואס די סיסאפן טשעקן כסדר און אויס עס וועט זיי געפעלן אייער טענה וועלן זיי דאס תיכף אויסמעקן. פאר ווען איר לייגט דער מוסטער "אויסמעקן" כאפט פריער א בליק אין די געשיכטע פון דער ארטיקל צו די פריעריגע ווערסיעס זיינען אויך שלעכט געשריבן.
  2. אויסצומעקן דורך דער קהילה: דאס איז בעיקר ווען עס שאפט זיך א התנגדות אויף די פריערדיגע פארלאנג פון סתם מעקן. געווענליך איז דאס ביי קאנטראוועריסאלע טעמעס. אדער סתם פאר געוויסע באנוצער איז נישט מערקווערדיג די טעמע זאל באשריבן ווערן און געוויסע יא. דאן לייגט דעם מוסטער {{ארטיקל וואלן}} און נאך דעם וואס די קהילה וועט זיך אויסטענהן און שטימען זייער מייננונג וועט דער סיסאפ טאן די רצון פון די רוב. די וואלן מוזן אנהאלטן פון 3 טאג ביז א וואך ווענדענדיג זיך אינעם סיסאפ'ס שיקול הדעת ווי שלעכט דאס איז געשריבן.

אויב האלט איר אז מען דארף אויסמעקן א רעדן-בלאט, לייגט דעם מוסטער ביים רעדן-בלאט און נישט ביים ארטיקל.

פארשטייט זיך די סיסאפ וואס מעקט האט אן אחריות צוריקצושעטלן די פאר אדער אפילו איין ווארט וואס איז יא געווען צו דער זאך. אפילו רוב תוכן האט געברויכט געמעקט צו ווערן.

ווען יא צו מעקן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ליגנט, יעדער איז באגלייבט צו ערקלערן ליגענט אויב עס האט נישט קיין מקור. אחוץ אזא איינער וואס האט שוין 3 מאל געזאגט אפענע ליגענט איז ער דאך מוחזק שקרן, טאר מען אים נישט גלייבן אויף גארנישט.
  2. לשון הרע אויף א פובליק פיגור, אפילו עס איז אמת, אבער עס האט נישט קיין מקור. - ווייל עס איז נישט גענוג עס זאל ווערן געעדיט ארויס די שלעכטע שורות, ווייל דעמאלטס קען דאס נאך אלס געזען ווערן אין געשיכטע.
  3. פריוואטהייט פאליסי פארלעצונגען. - גילו פון נעמען פון באנוצער, אדער קאפירייט פארלעצונגען פון ארטיקלן.
  4. ספעם. - עדווערטייזמענט פאר ביזנעסער, וואס זייער כוונה איז בלויז צו מאכן געלט, און נישט די אינפארמאציע ציל.
  5. דאס גאנצער ארטיקלן אנטהאלט בלויז וואנדאליזם.
  6. טעסט ארטיקלן געפענט דורך נייע באנוצער וואס האבן געוואלט אויסטרעפן וויקיפעדיע,
  7. טעות: ספעלינג אדער די אינהאלט איז געמאכט געווארן פון אנפאנג דורך א טעות, צו ווייל דאס איז אויפאלענד, אדער דער מחבר זאגט אליינס אזוי.
  8. ארטיקלן וואס זענען נישט קיין פובליק אינטערעסע. ווי פריוואטע מענטשן אדער ביזנעסער און זאךן וואס דאס רעדט זיך איז נישט אינטערסירט פאר קיינעם.
  9. געדופעלטע ארטיקלן, (עס איז אייביג געאייגענט צו מאכן א רידיירעקט ענדערשטער)

ווען נישט צו מעקן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. זייער קורץ - ווייל אונזער וויקיפעדיע האט נישט מער ווי איין צוויי באנוצער, און מסתם דער וואס האט דאס געפענט האלט אינמיטן דאס שרייבן. אדער ער האט פארגעסן דאס צו בארבייטן און מיר דארפן אים נאר דערמאנען דאס צו פארברייטערן. - צו מעקן ווי מער ארטיקלן און פארארימען וויקיפעדיע. מען דארף צו דעם {{פארקורצט}} מוסטער וואס דאס וועט אטאמאטיק אריינגיין אין א ליסטע פון ארטיקלן וואס ברויכן וואלענטורן זאלן עס בארבייטען.
  2. צו ווייניג תוכן. - דערווייל איז א קליינער ארטיקל מיט עטליכע ווערטער בלויז איז נישט ערלויבט צו מעקן, ווייל אונזער וויקיפעדיע איז נאך זייער קליין. און א ווערטער בוך איז דערווייל אויך א שיינער חלום פאר אונז וואס מיר האלטן נאך גאר ווייט. ווער רעדט נאך פון וואגן זיך צו חלום'ען איבער א ענציקלאפידיע. מיט די צייט וועט אן ארטיקל וואס איז נאך דערווייל ווי א ווערטער בוך ווערן אויסגעארבייט צו א פילער אינפארמאטיווער ארטיקל. מען דארף צולייגן דעם {{פארקורצט}} מוסטער וואס דאס וועט אטאמאטיק אריינגיין אין א ליסטע פון ארטיקלן וואס ברויכן וואלענטורן זאלן עס בארבייטען.
  3. אז עס שטימט נישט מיט סיי וואסארא פאליסיס און גיידליין'ס פון וויקיפעדיע, דארף מען דאס פארעכטן און ענדערן. נישט מעקן. ווי למשל אויב עס איז געשריבן נישט נייטראל אדער עס האט נישט קיין מקורות א.א.וו. טאר מען דאס נישט מעקן.
הילף אינהאַלט



פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן