װיקיפּעדיע רעדן:וואנדאליזם

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

אונטערשרייבן איז נישט וואנדאלאזים[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פראטעס! איינער וואס חתמעט נישט אונטער זיין נאמען איז א וואדאי נישט א וואנדאל. ►רוני◄ 12:11, 22 מאַרץ 2006 (UTC)

איך בין מחולק, מיין טעם אין איז נאכדעם וואס איך האב שוין עטליכע מאל באמערקט ווי איין באנוצער איך וויל אים נישט געבן קיין כבוד, וועל איך נישט דערמאנען זיין נאמען, פארנוצט דעם וויקיפעדיע, ווי זיין אייגענטום, דאס איז א געוואלדיגער הפקרות אז איך קום אריין ביי דיר אין שטוב און שרייב אן די וואנט קעגן דיר. אבער אויב מ'וועט מיך צווינגן אונטער שרייבן מיין נאמען וועל איך וואטשן נישט צו שרייבן קעגן דיר. דע זעלבע דאך אויך אויב מען מוז אונטערשרייבן וועט מען אויפפאסן צו רעדן צו דער זאך און נישט חלילה שלעכטס. איך גיי צו די וואלן בלאט איצט דאס אוועק שטעלן פאר אן אפשטימונג.--Issak 12:16, 22 מאַרץ 2006 (UTC)

אויב האלט מען זיך נישט צו פאליסיס איז מען נאכנישט קיין וואנדאל[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך דארף צולייגן א ווארט אויפ'ן ענין פון וואנדאליזם. מען זאל מאכן פאליסיס וויאזוי מען זאל שרייבן ארטיקלען, און דער עולם ווערט געבעטן מען זאל זיך האלטן דערצו. וואנדאליזם איז אבער א מושג מיט א קלארע באדייט, און נישט יעדן פאליסי פארלעצונג ווערט אין דעם אריינגערעכט.

עס איז ווידער כדאי צו ברענגען פון דעם ענגלישן הדרכה בלאט, וויבאלד מיר האבן נאכנישט געהעריג פארמולירט אן אייגן פאליסי:

Vandalism is any addition, deletion, or change to content made in a deliberate attempt to reduce the quality of the encyclopedia. The most common type of vandalism is the replacement of existing text with obscenities, page blanking, or the insertion of bad jokes or other nonsense.

Any good-faith effort to improve the encyclopedia, even if misguided or ill-considered, is not vandalism. Apparent bad-faith edits that do not make their bad-faith nature inarguably explicit are not considered vandalism at Wikipedia.

(איבערגעטייטשט: וואנדאליזם איז יעדן צוגאב, מעקעכץ, אדער ענדערונג אין דעם תוכן וואס איז געמאכט בכוונה צו רעדוצירן דעם קוואליטעט פון דעם ענציקלאפעדיע. די מערסט סארט וואנדאליזם איז דאס טוישן פון עקזיסטירדע תוכן מיט דברי נבלה, אפמעקן דעם גאנצן בלאט, אדער אריינלייגן שלעכטע וויצן אדער אנדערע שטותים.

איעדן ענדערונג וואס איז געמאכט מיט א גוטע כוונה צו פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע, אפילו אויב נישט ריכטיג אדער נישט גוט איבערגעטראכט, הייסט נישט וואנדאליזם. ווארשיינליכע בייזוויליגע ענדערונגען, וואס זייער בייזוויליגקייט זעט זיך נישט ארויס בפירוש אן קיין ספק, הייסט אויך נישט קיין וואנדאליזם אויף וויקיפעדיע.)

--קאצקער 23:46, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


דער פראבלם מיט דיין פארשלאג איז: וויאזוי קען איך וויסן וואס יענער טראכט, איך קען קיינמאל נישט פעסטשטעלן צו ער מיינט מיט א שלעכטע כוונה צו נישט. דעריבער פעלט זיך אויס געזעצן אז אויב איינער ברעכט דאס, גייט מיך נישט אן זיינע מאטיווען, פארשטייט זיך נאכן ווארענען 3 מאל, איז ער אנערקענט אלס וואנדאל וואס פארהארגעט וויקיפעדיע.--זאלי 18:11, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


וואנדאליזם[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויך האב איך אנגעמערקט אין געמיינדע וועגן דעם ענין פון וואנדאליזם. מען דארף נישט זיין אזוי הארב. א פאליסי פארלעצונג מיינט מען זאל עס פארעכטן אן פראגן. אבער דער שרייבער ווערט נישט קיין וואנדאל. זעה מער אין געמיידנע. --קאצקער 17:19, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אויב וועט מען לאזן פארלעצן פאליסיס איז וואס איז דער אויפטוה פון פאליסיס?--זאלי 17:56, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

א פאליסי איז געמאכט אז מענטשן זאלן האבן אן אפגעמאכטע סיסטעם וויאזוי צו שרייבן ארטיקלען. עובר זיין אויף א פאליסי פארדינט זיך נישט קיין שטראף, נאר עס איז ראטזאם אז דער ערשטער וואס זעט א פאליסי פארלעצונג אין אן ארטיקל זאל דאס פרובירן תיכף צו פארעכטן.
וואנדאליזם איז נאר דאס אקט פון בכוונה שטערן דאס פארבעסערונג פון דעם וויקיפעדיע. נאר איינער וואס זוכט בפירוש צו שטערן דעם פרידליכן פראצעס פון בויען דעם וויקיפעדיע פארדינט זיך א שטראף. --קאצקער 19:47, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אויב מען ווארענט איינעם איז דאס דען נישט קיין צופרידענשטעלנדער מיטל געוואור צו ווערן זיין כוונה, קיינמאל טאר מען דאך נישט גראד בלאקירן א וואנדאל פארן אים געבן א געלעגנהייט אויפקלערן זיין כוונה.--זאלי 19:55, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איז פּאַליסי פון באָלד סתירה צו נישט זיין קיין וואנדאל?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסדריקליך נישט, נאר אויב עס איז קלאר ער זוכט צו שטערן די אויפבוי אויף א בייזוויליגן אופן. אויב מיינט יענער אז מיט דעם העלפט ער, הייסט ער נישט קיין וואנדאל. וואס מען קען יא טון איז ענפארסירן דעם דריי-מאל-צוריקדרייען געזעץ.

עס איז כדאי אין אכט צו נעמען אז איינע פון די וויקיפעדיע פאליסיס איז אז מאך זיך נישט וויסנדיג פון קיין געזעצן! א חידוש טאקע-און לכאורה א סתירה, אבער עס איז גאר וויכטיג כדאי אז נייע באזוכער זאלן זיך פילן פריי משתתף צו זיין אן זיך אויסקענען מיט די אלע הלכות. דער באקאנטער סלאגאן איז BE BOLD, פיל זיך דרייסטיש, און דאס איז געמאכט ספעציעל אז מענטשן זאלן נישט מורא האבן צו פארעכטן לויט זייער בעסטן פארשטאנד. "האב נישט מורא צו פארעכטן, און אויב דו טוסט עפעס נישט גוט וועט עס שוין איינער פארבעסערן", איז א גרונטליכער יסוד אויף וויקיפעדיע.

--קאצקער 23:46, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דאס איז נישט קיין סתירה, וועגן דעם האלט איך אז מען דארף ווארענען און בעטן אן אויפקלערונג 3 מאל גענוג פעסט צו שטעלן אז ער ברעכט טאקע די פאליסי, כדי אים לאזן זיין באָלד און נאר נאכדעם וואס איז קלאר אז זיין באלד מאווס טוט במזיד אוועקווארפן די פאליסיס און געזעצן פון וויקיפעדיע ערשט דאמלטס קען מען אים בלאקירן וויסענדיג זיכער אז זיין ארבייט איז במזיד צו צו שטערן און אונטערברעכן וויקיפעדיע, פאר זיינע זייטיגע חשבונות.--זאלי 20:41, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב איבער געארבעט דעם ארטיקל לויט די אנווייזונגען פון די ענגלישע וויקיפעדיע. געוויסע חלקים וואס האבן נישט דירעקט מיט וואנדאליזם האב איך ארויסגערוקט און אריבערגערוקט אין דעם הילף:ענדערן בלאט מיטן איבערארבעטן יענעם בלאט.

אויך האב איך איבערגעארבעט דעם ווארענונג מוסטער אויף אן אופן עס זאל זיין פאסיג טאמער האט יענער נישט געמיינט בפירוש וואנדאליזם. --קאצקער 04:52, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

רוני וויל איינפירן נייע תקנה אז וואנדאל איז לויט וואלן.[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מעג א סיסאפ באשטעטיגען אז איינער איז א וואנדאל ווען אינמיטן אן עדיט מלחמה מיט אים זעלבסט, ווייל ער האט נאך באנוצער מיט אים?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוני האלט אז יא. און יודל האלט אז נישט.

מיר האבן דא א פאנדעמענטאלער מחלוקת מיט דעם רוני, ער מיינט אז א וואנדאל האט מיט ווער די קאמיוניטי זאגט אזוי. ניין וואנדאל איז דא אן עקסטער ארטיקל וואס מיינט וואנדאל אין מען מאכט נישט קיין וואלן צו איצט איז ליכטיג אדער טונקל.--יודל 11:47, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)

מעקן ווארענונגען[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דערווייל זעה איך אז דא איז די פאליסי אז מעקן ווארענונגן איז נישט ערלויבט, אויף די ענגלישע איז אויך אזוי געווען די פאליסי, אבער מען האט דאס אראפגענומען, איך בין נישט פונקטליך באקאנט פארוואס, קען אימיצער פרובירן מסביר זיין פארוואס און פארגלייכן צו מען זאל דאס טאן דא אויף די אידישע אויך?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 05:03, 1 פעברואר 2007 (UTC)

לויט מיין פארשטאנד דארף דאס נישט זיין קיין פראבלעם זאל א באנוצער מעקן סייוואסארא טעקסט פון זיין רעדן-בלאט. אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז א צווייטער טאר נישט מעקן פון יענעמס רעדן-בלאט אזוי ווי למשל איינער האט דא געטון (כאטש וואס מיר ווייסן אז יענער איז דער זעלבער) ►רוני◄ 05:17, 1 פעברואר 2007 (UTC)
ביידע ניקס דא זענען גערעכט. מען מעג אלעס מעקן פון וויקיפעדיע. די חילוק איז נאר אז אויב מעקט מען דאס מיט א ציל צו באהאלטן די היסטאריע איז דאס אפענע וואנדאליזם. אבער אויב, ווי די מעשה מיט צווייטער ניק דא, שרייבט מען הודעות אויף יענעם' בלעטער און מען פארמאכט זיך די אייגענע פארשטייט יעדער אז יענעם'ס רעדן איז סתם שמוץ און שמוץ באלאנגט נישט אין קיין אנציקלאפיעדיע.--סאסמאן 13:24, 1 פעברואר 2007 (UTC)