שאול מופז
געבורט |
4 נאוועמבער 1948 (אלט 76) ב' חשוון ה'תש"ט טעהראן, איראן | ||||
---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||
תאריך עלייה | 1957 | ||||
לערנארט | בר אילן אוניווערסיטעט | ||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער, אפיציער | ||||
פארטיי | קדימה | ||||
ווייב | אורית מופז | ||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
שאול מופז (געבוירן ב' חשוון ה'תש"ט, 4טן נאוועמבער 1948), איז א כנסת דעפוטאט, אמאל פון ליכוד, היינט פון קדימה, דער זעכצנטער שעף פון גענעראל שטאב, און פופצנטער זיכערהייטס מיניסטער.
זיין יוגנט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געבוירן אין איספאהאן, איראן, דער עלטסטער זון צו זיינע עלטערן אליהו און מירה. זיינע עלטערן האבן עולה געווען קיין ישראל אין 1957. ער האט געלערנט אין דער לאנדווירטשאפטליכער שולע אין נהלל. שאול איז דער צווייטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, וואס האט דארט געלערנט (משה דיין האט אויך געלערנט דארט). ער האט שטודירט אין אן אמעריקאנער ארמיי שולע, ווי אויך האט ער געלערנט ביזנעס. אין 1977 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אלקנה וואס געפונט זיך אין שומרון געגנט.
אין ארמיי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1966 האט שאול זיך מאביליזירט צום פאל-שירעם בריגאדע, מען האט אים עטליכע מאל אפגעזאגט, פון גיין אויף אפיצירן קורס, צום סוף האט מען אים געשיקט, און ביי די יום כיפור מלחמה, האט ער קאמאנדירט אויפן באטאליאן, פון עליטע פארשוטיסטן קעמפער. אויך איז ער געווען אונטערקאפיטאן, פון סיירת מטכ"ל, אין די יארן 1977-1976. ער האט טיילגענומען אין ענטעבע אפעראציע.
אין די נאכפאלגענדע יארן, איז ער געווען אין מערערע פלעצער, ער איז געווען גענעראל אויפן גליל דיוויזיע, און שפעטער יהודה ושומרון דיוויזיע. קאמאנדיר פון דרום פראנט, הויפט פון אויסשפיר אפטיילונג, צווייטע אין גענעראל שטאב. 9טן יולי 1998, האט יצחק מרדכי, דאן זיכערהייטס מיניסטער, אים אויסגעקליבן צו דינען אלס שעף פון גענעראל שטאב.
אלס שעף
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז געווען די ערשטע קאדענציע, פון בנימין נתניהו, אלס פרעמיער מיניסטער, אבער קורץ דערויף, האט אהוד ברק געווינען אין די וואלן 1999. און מופז האט פארגעברייט, דעם ריקצוג פון צה"ל, פון זיכערהייט זאנע, אין דרום לבנון, דעם 24סטן מיי 2000. ער האט זיך קעגנגעשטעלט דעם ריקצוג.
אין אקטאבער 2000, נאכן דורכפאל פון קעמפ דעיוויד געשפרעכן, פון אהוד ברק מיט יאסיר אראפאט, האט אויסגעבראכן די על אקצא אינטיפאדע, וואס האט שפעטער זיך דערקייקלט, צו שווערע זיכערהייט פראבלעמען אין ישראל, וואס די הויכפונקט איז געווען, א באמבע אין א האטעל אין נתניה, פסח ביים ליל סדר. דער מיליטער האט דערפאר אונטערגענומען אן אפעראציע אין מערב ברעג, אויסצוריינגן די טעראר צעלן אין די שטחים. וואס איז געקרוינט געווארן מיט דערפאלג.
9טן יולי 2002, איז מופז אראפ, און משה יעלון האט אים איבערגענומען, אלס שעף פון גענעראל שטאב.
אלס זיכערהייט מיניסטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאכן ענדיקן זיין אמט, האט אריק שרון, אים אריינגענומען אין זיכערהייטס מיניסטעריום. ער האט זייער שנעל געזאגט זיין פאליטישע נייגונג. און נאך די וואלן, האט שרון אים געמאכט, פאר זיכערהייטס מיניסטער. ביים וואנט אויפבוי צווישן ישראל און מערב ברעג, האט ער זיך קעגנגעשטעלט, אבער דערנאך איינגעשטימט, זענדיק אז די פאלק פארלאנגט דאס. און ביים ריקצוג פון עזה פאס, איז ער אויך געווען פון די קעגנער, שפעטער האט ער איינגעשטימט מיט שרון, און איז געווארן פון די גרויסע שטיצער.
ער האט אויפגעזאגט משה יעלון, וויבאלד ער האט זיך אויסגעדרוקט קעגן פלאן, און האט אויפגענומען דן חלוץ, אויף יעלונס פלאץ. עס איז געווען נאך דריי יאר פון יעלון, געווענליך איז איינגעפירט אז דער שעף איז דריי יאר, און דער זיכערהייטס מיניסטער פארלענגערט די קאדענץ, מיט נאך א יאר.
זייט דעמאלט, איז מופז אויפגענומען גאר קאלט, צווישן די רעכטע אין ישראל, אין די מעדיע איז ער א גיבור.
ווען שרון האט געגרינדעט קדימה, האט ער זיך אנגעשלאסן, און ביי די וואלן איז ער געלאפן אונטער אהוד אולמערט. אבער צו זיין אנטוישונג, האט עמיר פרץ באקומען זיין אלטע פאסטן, ער האט באקומען דעם טראנספארטאציע מיניסטעריום, און וויצע פרעמיער. ביי די וואלן 2009 אונטער ציפי ליבני, האט קדימה זיך געפונען אין אפאזיציע.
זיינע פאליטישע נייגונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז פארעכנט אלס רעכטער, ער האט זיך קעגנגעשטעלט אנאפאליס קאנפערענץ, ווי אויך קעגן צוטיילן ירושלים, צווישן אנדערע האט ער געזאגט אמאל צו ידיעות אחרונות, אז אן אטאקע קעגן איראן, וועט מוזן געשען, עס האט געברענגט צו א היסטעריע אין די וועלט, און די אויל פרייזן זענען געשטיגן.
ד' ניסן תשע"ב האט די קדימה פארטיי געוויילט מופז איר נייער פארזיצער, אנטשטאט ציפי ליבני.[1]
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער מיט זיין ווייב אורית האבן פיר קינדער, מאיה, יהונתן, איתמר און נועה.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לוי אשכנזי ביי לדעת.נעט
יעקב דורי · יגאל ידין · מרדכי מקלף · משה דיין · חיים לאסקאוו · צבי צור · יצחק ראבין · חיים בר-לב · דוד אלעזר · מרדכי גור · רפאל איתן · משה לוי · דן שומרון · אהוד ברק · אמנון ליפקין-שחק · שאול מופז · משה יעלון · דן חלוץ · גבי אשכנזי · בעני גאנץ · גדי אייזנקאט · אביב כוכבי · הערצי הלוי | |
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן · בנימין נתניהו · נפתלי בענעט · בעני גאנץ |