רפאל שפירא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הרב רפאל שפירא (אדר ה'תקצ"ז, 1837 - כ"ג אדר ב' ה'תרפ"א, 1921) איז געווען דער רב און ראש ישיבה אין וואלאזשין.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רפאל שפירא איז געבוירן געווארן אין חודש אדר תקצ"ז, אין דער שטאט סמארגאן, צו זיין פאטער הרב אריה לייב שפירא, דער קאוונער רב, באקאנט אלס ר' לייבעלע קאוונער. אין תרי"ב (1852), ביי די פופצן יאר, האט הרב נפתלי צבי יהודה בערלין, דער נצי"ב, אים גענומען פאר אן איידעם צו זיין טאכטער שרה ראשא. אין תר"ל האט מען אים באשטימט וויצע ראש ישיבה אין דער וואלאזשינער ישיבה, און ער האט אנגעהויבן זאגן שיעורים אין דער ישיבה דריי מאל א וואך. אין תרמ"א האט ער איבערגעגעבן זיין אמט צו זיין איידעם רבי חיים סאלאווייטשיק פון בריסק, און ער איז געווארן רב אין נאוואאלעקסאנדראווסק אין ליטא.

אין תרמ"ו איז ער באשטימט געווארן רב פון באברויסק, ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס).