איסר זלמן מעלצער
הרב איסר זלמן מעלצער, (ה' אדר ה'תר"ל - י' כסלו ה'תשי"ד; 1870 – 1954) איז געווען א רב, דער ראש ישיבה אין סלאבאדקע, עץ חיים און נאך ישיבות, און א פוסק.
אינהאַלט |
יונגע יארן [באַאַרבעטן]
הרב איסר זלמן מעלצער איז געבוירן ה' אדר תר"ל (1870) אין דער מיר (היינט אין בעלארוס), צו זיין פאטער הרב ברוך פרץ (דעם אכטן דור פונעם פנים מאירות) און זיין מוטער מורקא רייזל (א טאכטער פון הרב דוד הוטנער).[1] מען פלעג רופן אים "זונדל". צו צען יאר האט ער אנגעהויבן לערנען ביים שטאטישן רב פון דער מיר, הרב יום טוב ליפמאן, מחבר ספר "מלבושי יום-טוב". דערנאך האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה.
לערנען אין ישיבה [באַאַרבעטן]
נאך דער בר מצוה, אום ה'תרמ"ד, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה, אונטער דעם ראש ישיבה דעם נצי"ב און זיין איידעם הרב חיים סאלאווייטשיק וואו ער איז געבליבן זיבן יאר. זיין נאענטער חבר אין וואלאזשין איז געווען זעליג ראובן בענגיס. איסר זלמן איז געווען איינער פון די בחורים אין דער חבורה פון ר' חיים (סאלאווייטשיק) מיט וועמען ער פלעג צוגרייטן דעם שיעור.[1]
בשעת זיינע יארן אין דער ישיבה איז ער געווען טעטיג אין דער ארגאניזאציע "נס ציונה" מיט דער ציל פון גיין וואוינען אין ארץ ישראל (דאס איז געווען א געהיימע ארגאניזאציע-ווען די רוסישע רעגירונג האט זי אנפלעקט, האט זי פארמאכט די ארגאניזאציע). אין שפעטער יארן האט רבי איסר זלמן מיט זיין שוואגער רבי משה מרדכי עפשטיין אנטייל גענומען אין דער גרינדונג פו דער שטאט חדרה, וואו ער האט געקויפט א פארצעל, און האט געפֿלאנצט דארטן א סאָד פון אתרוגים.
אום תר"ן האט ער אנגעהויבן לערנען אין דעם חפץ חיים'ס ישיבה אין ראדין, דארטן האט מען גערופן אים "זוניא מירער". ער האט געאהאט א קביעות אין לערנען מיט ר' אברהם דער זון פונעם חפץ חיים.
זיין חתונה [באַאַרבעטן]
ווען שרגא פייוול פראנק - דער גביר פון דעם שטעטל אַלעקסאט אריבער דעם נעמאן טייך פון קאוונע (היינט א פארשטאט פון קאוונע) - איז נפטר געווארן, האט זיין אלמנה גאלדא געוואלט מקיים זיין זיין צוואה חתונה מאכן זייער טעכטער צו אויסגעצייכנטע תלמידי חכמים. זי איז געפֿארן צו דער וואלאזשינער ישיבה בכדי צו טרעפֿן א שידוך פֿאר איר עלצטער טאכטער. דער ראש ישיבה - הרב נפתלי צבי יהודה בערלין האט זיך געקווענקלט צווישן רב משה מרדכי עפשטיין און רב איסר זלמן מלצר. טא האט זי געבעטן איר שוואגער - איר שוועסטער'ס מאן - צו פֿארהערן זיי ביידע, אבער האט שווער געקענט מכריע זיין. ווען זיי זענען געפארן, זי און איר שוואגער מיט די צוויי תלמידים צום קאוונער רב, הרב יצחק אלחנן ספעקטאר, אויך ער האט שווער געקענט קלויבן צווישן זיי. צום סוף האט ער געפרעגט צי זי האט אין שטוב נאך א טאכטער חתונה צו מאכן, און טאקע אום תרנ"ב האט איר טאכטער חיה מנוחה חתונה געהאט מיט הרב משה מרדכי עפשטיין, און איר טאכטער ביילא הינדא האט חתונה געהאט מיט הרב איסר זלמן מעלצער.
ווען איסר זלמן איז געווארן א חתן איז ער שוין געווען א יתום, ווייל זיין פאטער איז נפטר געווארן פריער. ער איז צוריקגעגאנגען אלס חתן צו זיין מאמענס שטוב. דארט האט ער געכאפט א לונגען אנטצינדונג. די משפחה איז געווען זייער ארעם און האט נישט געהאט א געלט צו באצאלן א דאקטער. אינצווישנצייט האט אויסגעבראכן אין מיר א שריפה, במילא איז די משפחה אנטלאפֿן פון מיר. וואו זיי זענען אנגעקומען האבן די ארטיגע יידן געדונגען פאר זיי א שטוב און האבן באזארגט דעם חולה א טעפל מילך יעדן טאג. מ'האט מודיע געווען די משפחה פון דער כלה אז דער חתן איז קראנק. זי האט געפרעגט די דאקטוירים, און זיי האבן געזאגט אז ער וועט נאך לעבן א יאר. די כלה איז געווען צופרידן מיט דעם, אבער איר משפחה האט געוואלט פרעגן ביים חפץ חיים. ער האט געענטפֿערט גאנץ קורץ: זענען דא מענטשן וואס זענען געזונט, און ס'זענען דא מענטשן וואס לעבן לאנג. זיי האבן חתונה געהאט און געלעבט צוזאם העכער פון זעכציג יאר.[1]
נאך דער חתונה האט ר' איסר זלמן זיך געצויגן אין קאוונע, וואו ער האט געלערנט אונטער דעם קאוונער רב.
די סלאבאדקער ישיבה [באַאַרבעטן]
אום תרנ"ד האט דער אלטער פון סלאבאדקע געזוכט א מגיד שיעור פאר זיין ישיבה "כנסת ישראל" (במקום ר' איצעלע פאנאוועזשער). ער האט געקליבן די צוויי שוואגערס, ר' איסר זלמן מיט ר' משה מרדכי עפשטיין צו ווערן מגידי שיעור. ר' איסר זלמן איז דעמאלסט געווען אלט 24. ער איז געקומען אונטער דער השפעה פון דער מוסר באוועגונג, וואס דער אלטער איז געווען איינער פון איר פירערס. ער איז געבליבן אין סלאבאדקע דריי יאר.
סלוצקער ישיבה [באַאַרבעטן]
אום תרנ"ז (1894) האט דער סלוצקער רב, רבי יעקב דוד ווילאווסקי (דער רידב"ז), געבעטן דעם אלטער פון סלאבאדקע צו העלפֿן אים גרינדן א ישיבה אויפן דרך פון מוסר. דער אלטער האט געשיקט רבי איסר זלמן קיין סלוצק פאר דעם צוועק מיט א חבורה פון 14 תלמידים. נאכדעם וואס דער רידב"ז האט זיך געצויגן אין אמעריקע (און דערנאך אין ארץ ישראל), האט מען באשטימט רבי איסר זלמן סלוצקער רב אין תרס"ג; ער האט געדינט אין דעם רבנות צוואנציג יאר, ביז תרפ"ג. די סאוועטן רעגירונג האט אים גערודפט צוליב זיין ארבעט פאר תורה און יידישקייט, ביז אין תרס"ג איז ער אנטלאפן פון סלוצק קיין קלעצק, וואס איז דעמאלסט געווען אין פוילן.
הרב מעלצער איז נפטר געווארן י' כסלו ה'תשי"ד.
זיינע חיבורים [באַאַרבעטן]
עבודותיו הרוחניות היו פירושו אבן האזל (בשבעה כרכים) על הרמב"ם והגהות חידושי הרמב"ן על התלמוד הבבלי.
זיינע תלמידים [באַאַרבעטן]
- זיין זון, הרב צבי יהודה מעלצער רב פון רחובות פון תש"ז ביז תשי"א און דער גרינדער פון "ישיבת הדרום", שווער פון הרב יהודה עמיטל, והוגה הרעיון של "ישיבה צבאית".
- זיין זון, פראפ' פייוול מעלצער, מנהל פֿון דער "רוחמה" שולע, מרצה השיעור היומי בתנ"ך ב"קול ירושלים" ומחבר פרוש למספר ספרים בסדרת דעת מקרא.
- הרב שך, ראש ישיבה אין פאנאוועזש און פֿירער פון די ליטווישע אין ארץ ישראל.
- הרב שלמה זלמן אויערבאך, ראש ישיבת קול תורה.
- זיין איידעם, הרב אהרן קאטלער ראש ישיבת ישיבת קלעצק-לייקווד ארצות הברית.
- זיין איידעם, הרב יצחק בן מנחם (פצ'ינר), אב"ד פתח תקוה, ודיין בבית הדין הגדול.
- הרב יוסף אליהו הענקין, מנהיג רוחני של יהדות ארצות הברית, וראש ארגון הצדקה "עזרת תורה".
- הרב שלמה גורן, רב ראשי לארץ ישראל.
- הרב יהודה עמיטל, ראש ישיבת הר עציון (נשוי לנכדתו).
- הרב אברהם יעקב זאלאזניק, ראש ישיבת עץ חיים.
- הרב שמעון זאלאזניק (אחיו של הנ"ל), ר"מ אין ישיבת שעלבים.
ליינען ווייטער [באַאַרבעטן]
- בדרך עץ החיים, הרב ידעאל מעלצער, ירושלים, תשמ"ו
- אז נדברו יראי ה', על קשרי הידידות בין הגרא"ז מעלצער מיט רב אברהם יצחק הכהן קוק (הראי"ה) יו"ל על ידי ארגון אור האורות, תשס"ח.