באברויסק
באברויסק (בעלארוסיש: Бабруйск, באַברודזשסק; רוסיש: Бобруйск) איז אַ שטאָט אין די מאַהיליאָוו וואָבלאַסט פון בעלארוס אויף די בערעזינאַ טייך. עס איז אַ גרויסע שטאָט אין בעלארוס מיט אַ באַפעלקערונג פון בערך 227.000 מענטשן (2000).
די נאָמען באַברויסק (וויאויך די נאמען פון די באַברויקאַ טייך) איז מיסתמא די מקור פֿון די בעלאָרוסיש וואָרט באַביאָר (бабёр) (ביווער), פילע פון וועלכע פלעגן זיך באַוווינען אין די געגענט. אָבער, ביווערס אין דער געגנט האָבן שוין כּמעט זיך געענדיגט ביי די עק פון די 19 י"ה א דאנק יעגעריי און פאַרפּעסטיקונג.
באַברויסק אַקופירט אַ שטח פון 66 קוואַדראַט קילאמעטער, און אנטהאלט איבער 450 גאסן וועמענס צאמגעשטעלער לענג ציעט זיך פֿאַר איבער 430 קילאמעטער.
באַברויסק איז פלאצירט ביי די אונטערסעשאן פון באנען צו אַסיפּאָוויטשי, זשלאָבין, קאַסטריטשניצקי און וועגען צו מינסק, גאָמעל, מאָגילעוו, קאַלינקאַוויטשי, סלוצק, און ראַהאַטשאָוו. עס האט די גרעסטער האלץ מיל אין בעלארוס, און איז אויך באַוווסט פֿאַר זיין כעמיש, מאַשין בילדונג און מעטאַל-אויסארבעטן אינדוסטריעס.
אין 2003, "איז געווען 34 עפנטלעך שולעס אין באַברויסק, מיט איבער 34,000 סטודענטן. דאָרט זענען אויך דריי שולעס ספעציאליזירנדיג זיך אין מוזיק, טאַנצן און וויזשאַוואַל קונסט. בנוסף איז דא אַ מעדיציניש שולע און עטליכע פאַכמאַנישע טעכנישע שולעס.