גזירת ת"ח ות"ט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

גזירת תּ״ח ותּ״ט זענען געווען יאָרן, וואס ביטערע פאגראמען זענען פֿאָרגעקומען, קעגן יידן אין פּױלן, און אוקראַינע (1658-1659).

אינהאַלט

פּאָגראָמען [באַאַרבעטן]

באָגדאַן כמעלניצקי, אַן אוקראַינישער נאַציאָנאַליסט, און פֿרײַהײַט קעמפֿער, האָט אויפגעשטעלט אַן אַרמײ פֿון פּאָגראָמאַטשיקערס, װאָס איז באַשטאַנען פֿון קאַזאַקן און טאַטערן, צוזאַמען האָבן זיי רעװאָלטירט, קעגן פּױלישע גראפן, זייענדיג איבערצייגט אז ייִדן זענען קעגן זיי, האָבן זיי אַטאַקירט ייִדן, געמאָרדעט, געפּלינדערט, פארגוואלדיקט, און אַנדערע שוידערליכע טהאטן קעגן ייִדן.

דער חורבן [באַאַרבעטן]

300,000 יידן בערך זענען אומגעקומען, עס איז באוואוסט אויף ר' שמשון אסטראפאלער, א גרויסער מקובל, וואס האט פארשפרייט דער אורזאך צום אומגליק, טויזנטער יידן זענען געווארן היימלאז, יידן האבן געוואנדערט ביז אזש קיין קאנסטאנטינאפאל, אין טערקיי, אדער קיין אמסטערדאם.

עס איז באוויסט דער געשיכטע פון דער ש"ך מיט זיין טאכטער, ווי זי איז פארלוירן געווארן, און נאך יארן האבן זיי זיך באגעגנט, דער ט"ז ווי ער האט געראטעוועט זיין שטאט, וואו ער איז געווען רב. און די ספעציעלע תפילה פארפאסט דורכן תוספות יום טוב, פאר יידן וואס שמועסן נישט ביים דאווענען.

דער פוילישער אפענסיוו [באַאַרבעטן]

א צוזאמגעשטעלטע ארמיי פון די פוילישע גראפן, האבן אנגעפאנגען צו אטאקירן די רעוואלטירערס, און צום ענדע, האבן זיי פולשטענדיק באזיגט, די אוקראינער אויפשטענדלער, צוריק איינעמענדיק די געגנטער און שטעט, וואס די קאזאקן האבן איינגענומען.

די נאכווייען [באַאַרבעטן]

ביי די יידישע באפעלקערונג, איז באגדאן כאמילעצקי א מאסן מערדער, וואס האט אומגעברענגט הונדערטע טויזנטע יידן. ביי דער אוקראינער פאלק, איז ער א נאציאנאלע גיבור, וואס זיינע סטאטוען, זענען פארשפרייט איבער די שטעט פון אוקראינע.

שבתי צבי און יעקב פראנק, זענען ארויף געקומען אויף דער יידישער מאפע, און יידן האבן אנגעפאנגען גלייבן, אז דא וועט קומען די ישועה, דאס איז אויך געווען דער פחד פון די רבנישע וועלט אויף חסידים, האלטנדיג אז דאס איז נאך א משיחישער קולט.