חיים סאלאווייטשיק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ר' חיים בריסקער

ר' חיים הלוי סאלאווייטשיק (וואלאזשין, ה'תרי"ג - כ"א אב ה'תרע"ח), באקאנט אלס ר' חיים בריסקער.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' חיים איז געבוירן אין וואלאזשין צו זיין פאטער ר' יאשע בער דער „בית הלוי" אין יאר תרי"ג, ער איז געווען א גרויסער עילוי, און האט מחדש געווען א נייער גאנג אין לערנען עיון, ער האט מחבר געווען די ספר רבינו חיים הלוי אויפן רמב"ם, זיין שיטה אין לערנען איז אנגענימען געווארן אין פילע ישיבות איבער די וועלט.

רב חיים האט געהייראט די טאכטער פון רבי רפאל שפירא, אן איידעם פונעם נצי"ב.

זייערע זין זענען געווען:

ווען זיין פאטער האט פארלאזט די ישיבה אין וואלאזשין האבן זיי זיך באזעצט אין סלוצק. אבער אין תרל"ג איז ער צוריק קיין וואלאזשין און, ביי דער עלטער פון 27, איז ער געווארן דער צווייטער ראש ישיבה מיטן נצי"ב. ווען די ישיבה איז פארמאכט געווארן אין תרנ"ב, איז ער געווארן שטאטס רב אין בריסק.


ער ליגט אין דעם ווארשעווער בית עולם לעבן זיין ווייב'ס זיידע, דער נצי"ב.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. ענף עץ עבות, ברוך יצחק גוטער, עמ' רמג, הערה י