חיים נחמן ביאליק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ביאליקס הויז אין תל אביב

חיים נחמן ביאַליק (געבוירן אין ראדי, ביי זשיטאמיר אין וואהלין, אוקראינע י' טבת ה'תרל"ג - אוועק אין ווין כ"א תמוז ה'תרצ"ד ; 9 אין יאנואר 1873 - 4 אין יולי 1934) איז געוועזן א נאציאנאלער דיכטער. ער איז געוועזן א גרויסער שרייבער, רעדאקטאר, און א איבערזעצער, וואס האט א סך משפיע געווען אויף די ישראלישע קולטור. גרויסע קאמפאזיטארס (ווי מיקי גבריאלוב און נורית הירש) האבן געמאכט פון א גרויסער טייל פון זיינע דיכטונגען מעלאדיעס.

אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין וואלאזשינער ישיבה אונטער דעם נצי"ב. דארט האט ער געשריבן די פאעזיע "אל הצפור" אין יאר ה'תרנ"א (1891). אין זיינע שפעטערע יארן, ביי די צייטן פון די משכילים האט ער פארלאזט די יידישקייט. אין זיין דיכטונג "על השחיטה" (וואס באשרייבט קעשענעוו פאגראם) שרייבט ער זייער שארף:

  • וְאִם יֶשׁ-צֶדֶק – יוֹפַע מִיָּד! (אויב איז דא אויף דער וועלט גערעכטיקייט זאל דאס דערשיינען באלד!)
  • אַךְ אִם-אַחֲרֵי הִשָּׁמְדִי מִתַּחַת רָקִיעַ
  • הַצֶּדֶק יוֹפִיעַ – (אבער אויב די גערעכטיקייט וועט דערשיינען נאך מיין שטארבן)
  • יְמֻגַּר-נָא כִסְאוֹ לָעַד! (זאל פארלענדן ווערן דער צדק אויף אייביק!)

א שטיק צייט האט ער געוואוינט אין בערלין, וואו האט אנטייל גענומען אין א געמיינדע פון יידישע שרייבער און פארלעגער ווי שמואל יוסף עגנון, שמעון דובנאוו, ישראל איזידאר עליאשעוו (בעל־מחשבות), אורי צבי גרינבערג, יעקב קלאצקין (גרינדער פון "אשכול" פארלאג אין בערלין), משה קולבאק, שאול טשערניכאווסקי.

אין יאר ה'תרס"ט (1909), ביי דער צווייטער עליה, איז ער געקומען צום ערשטנס אין ארץ ישראל, אבער נאר פון ה'תרפ"ד האט ער זיך באזעצט וווינען אין תל אביב.


ער איז געווען א גרויסער פארפאסער פון פון עטליכע ביכער, אויך א גרויסער שרייבער אין די לשון קודש'דיגע צייטונען פון די משכילים פון פוילין און ליטע ווי דער הלבנון, הצופה, ער פלעגט זייער אסאך שפעטן פון די פרומע אידן, ער זיי געהאסט און האט געהאלטן אז זיי זענען שולדיג און אלעס שלעכטץ, ספעציעל האט ער געהאט גרויסע מיינונג דיפערענצען מיט די חסידי'שע אידן, פרומע אידן פלעגן זיך דערווייטערן פון זיינע ארטיקלעך.