משה פיינשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Moshe Feinstein.jpg
ביי דער חתונה פון רבי יונה שטענצל'ס טאכטער בארה"ב
רבי משה פיינשטיין זאגט די ברכות בחופת בתו של רבי יונה שטענצל שעומד לידו

רבי משה פיינשטיין זצ"ל (ז' אדר ה'תרנ"ה - י"ג אדר ב' ה'תשמ"ו), פון די גרויסע פוסקים אין צייט, באקאנט אלס רבי משה, דער אגרות משה.

געבוירן אין רוסלאַנד אינעם משה רבינוגעבוירנטאָג, און דערפאר האט מען אים א נאמען געגעבן משה - נאך משה רבינו. ער איז געווען אן אייניקל פונעם ווילנער גאון, דעם של"ה, הרב יום-טוב ליפמאן העלער און הרב יחיאל היילפרין.

אין דער יוגנט איז ער געווען רב אין שטאט ליובאן, און שפעטער האט ער זיך באזעצט אין נוא יארק, און געווארן ראש ישיבה פון תפארת ירושלים. ער איז באוואוסט מיט פארשידענע פסקים וואס האבן אויפגשאקעלט די וועלט, אזוי ווי זיין פסק וועגן נידריגע מחיצות אין בית המדרש, און וועגן [[מילך], און הזרעה מלאכתותית.

ר' משה האט געזאגט אז ער האט איבער גחזרט 400 מאל דעם שולחן ערוך, מ'דערציילט אויף אים פארשידענע מופתים, און ער ווערט פאררעכנט אלץ פוסק הדור, ער האט פארפאסט די ספרים שו"ת אגרות משה, און ספר דברות משה.

ער האט איבערגעלאזט נאך זיך צוויי קינדער

רבי משה איז נפטר געווארן אין ניו יארק י"ג אדר שני תשמ"ו. מען האט אים געפירט אין ארץ ישראל און ער ליגט אין הר המנוחות נאנט צו זיין רבי'ן רבי איסר זלמן מעלצער און רבי אהרן קאטלער, לעבן דעם בעלזער רבי.