משה לייב ראבינאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי משה לייב ראבינאווישט, מונקאטשער רבי

רבי משה יהודה לייב ראבינאוויטש (געב' ערשטע חנוכה ליכטל ה'תש"א, מונקאטש) איז דער מונקאטשער רבי.

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן]

רבי משה לייב ראבינאוויטש איז געבוירן אין דער שטאט מונקאטש (היינט אוקראינע) דעם ערשטן טאג חנוכה תש"א צו זיין פאטער הרב ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש, איידעם פון הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל, בעל מנחת אלעזר ממונקאטש. דער ברית איז פארגעקומען זאת חנוכה תש"א וואו רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט איז ספעציעל געקומען קיין מונקאטש צו דינען אלס סנדק ביים ברית. דער רבי הייסט "משה יהודא ליב" נאך דער רבי ר' משה לייב סאסאווער זי"ע, א זיידע.

ער האט געלערנט אין דער בארימטער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אהאיא ווי אויך אין בית המדרש עליון אין מאנסי, ניו יארק.

ער איז געווארן אן איידעם ביי הגאון הצדיק רבי אהרן בערנשטיין זצ"ל ראש ישיבה פין ישיבת חיי עולם אין ירושלים און בעמח"ס פרי אהרן.

דער מונקאטשער רבי שליט"א איז נאך פון זיינע יונגע יארן געשעצט געווארן דורך אלע צדיקי הדור ובראשם הרה"ק רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר זצ"ל וואס האט ארויסגעוויזן א זעלטענע קירבות פאר'ן רבי'ן שליט"א.

דער מונקאטשער רב שליט"א איז באקאנט אלס עלוי און גרויסער למדן, (זיינע תורה'ס זענען געדרוקט געווארן אין די קונטרסי עולת שבת). דער רבי איז באקאנט פאר ארויסהעלפן אידן מיט אלע מיני פראבלעמן, ספעציעל אין לעגאלע פראבלעמן, און איז באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, כמנהג זקנו הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע.

דעם צענטער פאר מונקאטשער חסידות האט דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך מונקאטשער שטיבלעך און מוסדות איבער דער גארער וועלט.

הויפטקווארטיר פון מונקאטשער חסידות



וועבלינק[באַאַרבעטן]

  • מונקאטשער רבי ביי שמחת בית השואבה

http://www.tsofar.com//zofar/mashtap/show.asp?id=5283