ברוך ראבינאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הר"ר ברוך ראבינאוויטש (רעכטס)

ר' ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש איז געווען א זון פון דעם פארצעווער רבי'ן, הרה"ק רבי נתן דוד ראבינאוויטש, און הרבנית יוטא שפירא, א טאכטער פון הרה"ק רבי משה לייב זצ"ל פון סטריזעוו. ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל ממונקאטש בעל מנחת אלעזר.

ער האט איבערגענומען דאס רבנות און די רביסטיווע אין מונקאטש נאך דער פטירה פון זיין שווער אין יאר ה'תרצ"ז.

אויך ער האט ער איבערגענומען די ישיבה דרכי תשובה וואס ער האט געפירט מיט גרויס פקחות, און מיט א ספעציעלע אהבה צו אלע תלמידים באזונדער, וואס די צאל תלמידים האט געשטיגן איבער 300.

ביי די מלחמה יארן האט ער ארויסגעהאלפן הונדערטער אידן זיך צו ראטעווען פונעם קריג, וואס געדענקען אים צום גוטן.

אין תש"ז האט ער חתונה געהאט מיט זיין זיווג שני, און איז אריבער קיין בראזיל, וואו ער איז געווארן רב פון סאו פאולא און הויפט־רב פון בראזיל.

אין תשכ"ג האט מען אים באשטימט הויפט־רב פון חולון, ישראל.

ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל בליל כ"ז כסלו ה'תשנ"ט נאכ'ן צינדן חנוכה ליכט און שרייבן זיין לעצטע שטיקל תורה וואס ענדיגט זיך מיט די ווערטער, "ושבת עד ה' אלוקיך". ער ליגט אין די בית החיים סגולה אין פתח תקוה לעבן דעם ציון פון זיין פאטער, דער פארציווער רבי זצ"ל.

א קליין חלק פון זיינע תורה'ס זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר דברי נבונים.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די קינדער פון רבי ברוך און זיין זווג ראשון, מרת חיה פרומא רבקה, זענען:

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. אברהם בערגער, ‏[1], ביי אידישע טעגליכע נייעס (אויף העברעיש)