אהרן בערנשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
אהרן בערנשטיין
געבורט מאי 1918
ח' סיון תרע"ח
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 אקטאבער 1994 (אלט 76)
י"ט חשוון תשנ"ה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אהרן בערנשטיין (ח' סיון תרע"ח, מאי 1918י"ט חשוון תשנ"ה, 24סטן אקטאבער 1994) איז געווען דער ראש ישיבה פון חיי עולם אין ירושלים און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אהרן בערנשטיין איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ח צו זיין פאטער רבי פישל דיין ראב"ד פון עדת החסידים אין ירושלים, א קארלינער חסיד און באוווסטער גאון און צדיק ווי אויך א גרויסער יחסן.

רבי אהרן איז געווען א גרויסער און באוווסטער עילוי. גאר יונג האט ער זיך שוין געשריבן אין לערנען מיט גדולי אר"י, בעיקר איז רבי אהרן שטארק נתקרב געווארן צום טשעבינער רב וואס האט אים געגעבן היתר הוראה, א זאך וואס נאר איינצילע האבן דערצו זוכה געווען.

אין יאר ה'תרצ"ט האט ער חתונה געהאט מיט דינה, טאכטער רבי יצחק מאיר האגער אב"ד ור"מ סטאנעוויטצא אין אוקריינא. נאך אלס יונגערמאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין דעם באוואוסטן חסידישן ישיבת חיי עולם, און שפעטער איז ער אויך געווארן דיין אין בי"ד פון אגודת ישראל. נאך זיין פטירה און עלטער פון זעקס און זיבעציק יאר, איז צונויפגעקליבן געווארען זיינע חידושים אויף סוגיות הש"ס דורך זיינע קינדער אינער ספר פרי אהרן.

רבי אהרן איז אויך דער שווער פון אדמו"ר רבי משה לייב ראבינאוויטש דער מונקאטשער רבי.

הגאון רבי אהרן זצ"ל מיט זיין איידעם האדמו"ר ממונקאטש

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קינדער פון רבי אהרן און זיין ווייב דינה זענען: