מילך
פֿון װיקיפּעדיע
מילך איז דאס וואס ווערט ארויסגעמאלקן פון א זויג חיה א נקיבה (למשל א קו) אדער א מענטש. עס זענען פארהאנען עטליכע ערליי מילך ווי צום ביישפיל עס איז דא וואס האט מער וואסער עס איז דא וואס זענען פעטער א. א. וו. מילך אנטהאלט פראטין, קאלציום און וויטאמין C. דער עיקר צוועק פון מילך איז צו שפייזן די ניי-געבוירענע קינדער.
נאר מענטשן טרינקען מילך אפילו ווען זיי זענען שוין דערוואקצן, און דעמאלסט טרינקען זיי מילך פון בהמות, צום ביישפיל קי און ציגן.
מילך פראדוקטן [באַאַרבעטן]
מען מאכט דערפון יאגורט, פוטער און קעז.
אידשקייט [באַאַרבעטן]
לויט דער הלכה דארף זיין א איד בשעת'ן מעלקן, אנדערשט טאר א ייד נישט טרינקען ווייל עס איז חלב עכו"ם.
עס איז אויכט אסור לויט דער הלכה צו מישן מילכיקס מיט פליישיקס.