חלב עכו"ם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

חלב עכו"ם איז מילך וואס א גוי האט געמאלקן און קיין ייד איז נישט געווען דערבײַ. חז"ל האבן דאס גע'אסרט צו טרינקען (משנה מסכת עבודה זרה) ווייל זיי האבן חושש געווען אז דער גוי וועט אפשר אריינמישן מילך פון א טרייפענער בהמה (למשל א חזיר אדער א קעמל).

פוטער פון א גוי האט מען נישט גע'אסרט ווייל פון טרייפענעם מילך קען מען נישט מאכן קיין פוטער.

קעז פון א גוי איז אסור צוליב אן אנדער גזרה פון גבינת עכו"ם.

אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.