ספר שופטים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים. נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן גע'משפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרה, יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט די גמרא (ב"ב י"ד) האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהשוע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אהן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט גע'משפט'ט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.

ספרי התנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהילים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')