יוסף שלום אלישיב
הרב יוסף שלום אלישיב (געבוירן ה'תר"ע אין האמעל, היינט בעלארוס) צו הרב אברהם אלישיב און חיה מושע, א טאכטער פון דעם מקובל הר"ר שלמה אלישיב, מחבר פון „לשם שבו ואחלמה".
א ירושלימער איד, וואס איז געווארן דער מנהיג פון דער ליטווישער וועלט.
אלס בחור איז ער געווען נאנט צו הר"ר זעליג ראובן בענגיס, גאב"ד פון דער עדה החרדית.
געדינט אלס דיין אין היכל שלמה , ביז דער קאנטראווערסיע פון ווען הרב שלמה גורן האט מתיר געווען די ממזרים לבוא בקהל, דאן האט ער זיך איינגעשפארט אין זיין הויז לערנען פאר זיך עלנד און אליינס און ענטפערן שאלות.
היינט פירט ער די גאנצע חרדישע וועלט, זייענדיג דער גרעסטע כוח אין די ליטווישע תורה קרייזן. זיין גבאי איז רב אפרתי וואס ער שרייבט און רעדט אין זיין נאמען, בשעת ווען הרב אלישיב זיצט ווייטער פארשפארט און לערנט פאר זיך אן קיין איין אפיציעלע פובליק שטעלע.
אין סיון תשע"א איז הרב אלישיב דורכגענגאנגען בלוטגעפעס כירורגיע דורך דאקטער דניאל קלער, פארזיצער פונעם דעפארטמענט פון בלוטגעפעס כירורגיע אין קליוולאנד קליניק. [1]
[באַאַרבעטן] פאמיליע
הרב יוסף שלום האט געהייראט חיה מושא, די טאכטער פון הרב אריה לעווין. זיי האבן געהאט צוועלף קינדער:
- הרב משה, איידעם ביי הרב חיים ברים
- בת-שבע אסתר (נפ' י"ז תשרי תשע"ב, ווייב פון רבי חיים קאניעווסקי
- לאה (תרצ"ח - ח' סיון תש"ע[2]), ווייב פון רבי עזריאל אויערבאך (זון פון רבי שלמה זלמן אויערבאך)
- גיטל, ווייב פון רבי בנימין רימער (משגיח אין דער טשעבינער ישיבה און ראש ישיבה פון "קרית מלך אין בני ברק)
- שושנה (נפ' תשנ"ח), ווייב פון רבי יצחק זילבערשטיין)
- דינה עטל (נפ' ), ווייב פון רבי אלחנן בערלין
- שרה רחל, אלמנה פון רבי יוסף ישראלסאן (נפטר י' שבט ה'תשס"ט)
- שלמה, איידעם ביי הרב תנחום דאנין
- אברהם, איידעם ביי הרב זיידל הייזלער
- בנימין - מחבר פון "יד בנימין" אויף ש"ס, איידעם ביי הרב מיכל יהודה לעפקאוויטש.
- יצחק - נפטר יונגערהייט
- רבקה (תש"ו - תש"ח) - געהרגעט פון א יארדאנישן ארטילעריע־קויל.
[באַאַרבעטן] וועבלינקען
ווידעא פון זיין הויז און לעבן וויאזוי דער אלטער רב האט נישט גארנישט אויף דער וועלט בלויז די ד' אמות של הלכה. [1]
