אלעזר מנחם מן שך
הרב אלעזר[1] מנחם מן שך זצ"ל (י"ט טבת ה'תרנ"ח - ט"ז חשוון ה'תשס"ב) איז געווען דער מנהיג פון דער ליטווישער תורה וועלט, זייענדיג דער ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק האט ער געגרינדעט די פּאליטישע תורה פארטיי "דגל התורה"
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] ביאגראפיע
[באַאַרבעטן] אין ליטא
הרב שך איז געבוירן אינעם שטעטל וואבוילניק אין צפון ליטא, זיינע עלטערן זענען געווען פשוטע יידן און סוחרים. שוין יונגערהייט איז ער באוואוסט געווארן אלס עילוי און צו זיבן יאר אלט האט זיין מוטער אים געשיקט קיין פאנאוויזש. ווען ער איז געווען אלט 13 איז ער אריבער צו סלאַבאדקע אונטער הרב נתן צבי פינקל, באקאנט ווי דער "אלטער פון סלאַבאדקע". ער איז געווארן שטארק מושפע פון רבי ישראל מאיר קאגאן פון ראדין, דער חפץ חיים.
[באַאַרבעטן] שפעטער
געווען א "תלמיד חבר" פון דעם בריסקער רב. משפחה מיט ר' איסר זלמן מלצר. געווען ראש ישיבה אין קלעצק און קארלין אין אייראפע פאר דער מלחמה.
אין ארץ ישראל איז ער געוועזן אין פאנעוועזש א מגיד שיעור און ראש ישיבה לאנגע יארן.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ די מקורות וואס שרייבן אליעזר זענען גרייזיג