חיים קאניעווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הרב חיים קאניעווסקי

הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי איז א ליטווישער רב ווערט פארעכנט אלס א גרויסער בקי אין הלכה. ער איז א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז געבוירן געווארן ט"ו טבת ה'תרפ"ח אין פינסק, ליטא (דעמאלסט אין פוילן) צו זיין פאטער, רבי יעקב ישראל קאניעווסקי, דער סטייפלער גאון, און זיין מוטער, מרת פעשא מרים קארעליץ.

ער האט ער זיך ערווארבן א וועלטס היסטארישע זכרון פון יעדעס ענין אין דער גאנצער תורה.

ער האט חתונה געהאט מיט בת-שבע אסתר אלישיב, אן טאכטער פון הרב יוסף שלום אלישיב, ביז איר פטירה י"ז תשרי תשע"ב.

ער איז באקאנט אלס צדיק אויך, און מ'בענטשט זיך ביי אים. תלמידי חכמים פון דער גאנצער וועלט שרייבן זיך צו אים, ווי ער ענטפערט צוריק מיט זיין אייגענארטיגע שטייגער קורץ און שארף מיט מראה מקומות, נאכצוקוקן, אויך איז ער גרייט אגאנצן טאג ביי זיין גמרא, ווי מען שטייט אין ליין אים צו פרעגן אין לערנען.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיינע קינדער זענען:

  • הרב אברהם ישעיהו
  • הרב שלמה, ראש ישיבה פון תפארת ציון און קריית מלך אין בני ברק
  • הרב יצחק שאול
  • מרת חנה (נפטר געווארן י"ג אלול תשע"ד), ווייב פון הרב שרגא שטיינמאן, זון פון הרב אהרן לייב שטיינמאן—ראש ישיבה אין ישיבת קהילות יעקב
  • די ווייב פון הרב זעליג בראווערמאן, ראש ישיבה פון דער סאדיגורער ישיבה
  • די ווייב פון הרב אלעזר דוד עפשטיין, ר"מ אין ישיבת כנסת יצחק חדרה
  • די ווייב פון הרב יהושע צביון
  • מרת לאה, ווייב פון הרב יצחק קאלאדעצקי