יודענראט

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאנצעטראציע לאגער

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאס פאגראם
יעדוואבנע פאגראם · Lviv pogrom
געטאס: ווארשע, לאדזש
לעמבערג, קראקע, טערעזינשטאט
איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
Paneriai, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: Chełmno, בעלזיץ, סאביבאר,
Majdanek, טרעבלינקע, אוישוויץ, Jasenovac
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
Ghetto uprising (Warsaw)
End of war: Death marches
Berihah· שארית הפליטה אידן
אנדערע קרבנות
Serbs· Poles · East Slavs · Romany
German dissidents · Communists
Gay men · Jehovah's Witnesses
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
איבערגעבליבענער,
קרבנות, און ראטעווערס
שארית הפליטה פון חורבן אייראפע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן
The Destruction of the European Jews
Phases of the Holocaust
Functionalism vs intentionalism

יודענראט איז דער נאמען פון דער יידישער ראט וואס איז צונויפֿגעשטעלט געווארן דורך די נאציס (מיטן באפעל פון ריינהארד היידריך) אין די געטאס ביי די שואה. דער ראט איז געווען צונויפגעשטעלט פון רבנים, פאליטיקער און אנדערע חשובע לייט וואס זיינען אין אלגעמיין אויסגעוויילט געווארן דורכן יידישן ראט (נאך וואס די נאציס האבן דאס באשטעטיקט) און מאנכמאל זיינען זיי באצווונגען געווארן דורך די נאציס.

[באַאַרבעטן] יודענראטס אויפגאבע

זייער צוועק איז געווען צו אנפירן דעם לעבנס-נייטיקער-שטייגער פון די יידן אין געטא. ווי צב"ש: זארגן פאר זייער וווינונג, מעדיצין, דערציאונג, ארבעט, זיכערהייט, טראנספארט, רעליגיע אא"וו. אין געוויסע געטאס האבן זיי ארויסגעלאזן באזונדערע געטא-געלט און מארקן. אויך האבן זיי באשטימט א יידישע פאליציי וואס האבן אכטונג געגעבן אויפן סדר אריינגערעכנט אויספירן נאציסטישע באפעלונגען ווי צב"ש פירן יידן צו די ארבעטס לאגער, קאנפיסקירן יידישע פארמעגן, און צום טרויערן סוף פירן קינדער מיט פרויען צו די פארניכטונג לאגערן.

[באַאַרבעטן] יודענראטס קווענקלעניש

דער יודענראט איז געווען אין א קווענקלעניש לגבי ווי אזוי זיך צו פירן מיט אזעלכע געזעצן וואס זיינען געווען צו שלעכטס טאן די יידן. אזעלכע האבן געטענהעט אז ס'בעסער זאלן די יידן אויספירן די שרעקלעכע געזעצן יידישער די ברוטאלישע נאציס. אזעלכע האבן געטענהעט אז אויף יעדן פאל טאר נישט א ייד זיך מיטטיילן צו העלפן די נאציס. אין פאקט האבן זיך טאקע עטלעכע יידנראטן גענומען זייער לעבן, אזעלכע האבן זיך געלאזט הרגענען דורך די נאציס ווען זיי האבן זיך צוריקגעהאלטן פון דורכפירן די נאצישע געזעצן. צב"ש אדאם טשערניאקאוו דער הויפט פירער פון ווארשעווער געטאס-יודענראט האט זיך גענומען דאס לעבן ווען ער איז באפעלט געווארן אויסצושטעלן א ליסט פון יידן וואס זיינען געשטעלט געווען אפשיקן צו די פארניכטונג לאגער.

[באַאַרבעטן] יודענראטס האנארארס

אין אלגעמיין האבן די נאצים אויסגעבעסערט די יודענראטס-מיטגלידערן אין פארשידענע זאכן, זיי האבן באקומען מער עסן און האבן נישט געדארפט גיין ארבעטן אין די ארבעטס לאגער.