ווארשעווער געטא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
די געטא אין ווארשע
חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזנשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

די ווארשעווער געטא איז געווען די גרעסטע געטא ביי די שואה וואס האט אנטהאלטן ארום 450 טויזנט לייט. זי איז באשטעטיקט געווארן כסליו ה'ת"ש. אין איר איז פארגעקומען דער גרעסטער יידישער אויפשטאנד ביים חורבן.

די געטא איז געשטאנען דריי יאר. רוב מענטשן האבן נישט זוכה געווען ארויסגיין פון דער געטא אין פארלויף די דריי יאר.

אויפשטעל אומשאנדן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די נאציס האבן פארארדענט אין יעדער שטאט, וואו עס איז געווען א געמיינדע מיט יידן, אויפצושטעלן א יודנראט, און זיי זאלן זיין די פארמיטלער פון דער יידישער באפעלקערונג, מיט די נאצישע טיראנען, ווי פארשטענדליך איז דאס געווען, אויסנוצן די יידן פאר די נאצישע אינטערעסן.

און ווארשע, די שטאט אין אייראפע מיט דער גרעסטער באפעלקערונג מיט יידן נישט געווען אנדערש, און די פארשטייער פון יידישן קהילה, איז באשטימט געווארן, דורכן קאמאנדיר פון די באוואפנטע קרעפטן פון ווארשע. אדאם טשערניאקאוו איז באשטימט געווארן אלס הויפט פונעם יודנראט, און דער פארארדענונג פון דער געטא איז געגאנגען אויף, אין דעם איז אריינגערעכנט אויפשטעלן א יידישע פאליציי, פינאנץ, א יידישע וואלוטע, בילדונג, און קולטור, ספארט אאוו.

דער באפעל וואס די נאציס האבן געגעבן, פאר די יידישע פירער פון דער געמיינדע, האט געלויטעט אז אלע יידן מוזן זאפארט פארלאזן זייערע היימען, פאר די, וואס וווינען אינדרויסן פון די באשטימטע גרעניצן פון געטא, און אומבאדינגט זיך אריבערציען, אינערהאלב די קליינע שטח פונעם געטא, וויפיל מען האט פרובירט צו פארהאנדלען, איז זיי געלונגען, עס אפצושטופן אויף א וואך.

פון אנפאנג איז די געטא געווען אפן אן קיין צוים, און יידן האבן זיך געקאנט דרייען פריי אין די ארישע זייט, די נאציס האבן געהאט פארשפראכן פארן קהילה, אז עס וועט אזוי בלייבן, מיט די צייט האט מען אנגעפאנגען בויען די מויער, וואס האט ארומגענומען די געטא, פון אלע זייטן, נישט צופיל מענטשן זענען אריבער די טויער פון געטא,

די עסן איז געווארן טייערער פון דעם, די שווארצע מארק האט זיך געשטארקט, א טייל דערפון איז געווען מיט די שטיצע פונעם יודנעלטעסטע, און געלט, און שטיצע וואס איז געקאמען פון אנדערע פלעצער האבן אויפגעהערט אנצוקאמען אין געטא, און מענטשן האבן אנגעפאנגען אויסצוגיין פאר הונגער.

דאס לעבן אין געטא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • ענגשאפט: דאס לעבן אין דער געטא איז געווען זייער ענג, די נאציס האבן אריינגעשטופט צווישן 15 ביז 20 מענטשן אין איין קליין צימער. דאס געטא איז געווען גרויס 2.4% פון גאנץ ווארשע, אבער כאטש דעם איז דאס געטא געווען באזעצט מיט א דריטל פון ווארשעס באפעלקערונג, וואס צוליב דעם האבן די מענטשן אין דעם געטא בדרך כלל פארברענגט רוב טאג אינדרויסן פון שטוב.
  • ריינקייט: איז געטא איז נישט געווען זייף און גענוג וואסער צו רייניקן דעם קערפער, און דאס האט גורם געווען צו פארשפרייטן א שרעקלעכע אנשטעקיקע קראנקייטן די טיפוס.
  • היץ: אין געטא איז נישט געווען קיין אויוונס, פיל מענטשן זיינען געשטארבן פון קעלט.
  • הונגער: די באשטימע מאס עסן אין געטא איז געווען זייער ווייניק, דאס געטא איז געווען אפגעשיידט פון שטאט, און מע האט נישט געקענט אריינבריינגען עסן פון דרויסן.

דער גרויסער אפשיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער צווייטער אפשיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער רעוואלט און ליקווידאציע פון דער ווארשעווער געטא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער געדאנק צו רעוואלטירן קעגן די נאציס איז געווען ווי מען האט אנטדעקט אין די פארגאנגענע פאר יאר, פון די רעוויזיאניסטן, זאב זשאבאטינסקי'ס פארטיי צהר, בית"ר, זיי האבן שטענדיק געוואלט אויפשטעלן א יידישער מיליטער, האבן אסאך פון זיי געדינט אין דער פוילישער ארמיי, און אזוי ארום געווען געלערנט, אין טאקטיקן און אין אלע זאכן בנוגע מלחמה.

אין יאר 1940 האבן זיי שוין אנגעפאנגען, מיט אויפשטעלן א יידישער אונטערגרונט, אין די געטא, ווי קויפן געווער, אויפרייס מאטעריאל, אא"וו. זייער גרופע קעמפער איז גערופן געווארן מיליטערישע יידישע פאראייניקונג.

אין יאר 1942, ווען מען האט געזען, און געהערט אין געטא, פון די מאסן שחיטות, וואס קומען פאר אין טרעבלינקע, האבן זיך אנדערע פארטייען זיך צוזאם גענומען, און אנגעפאנגען מיט אויפשטעלן, אן אויפשטאנד קעגן די נאציס, עס איז זייער שווער געווען פאר זיי, ווייל קיין ערפארונג האבן זיי נישט געהאט, און די פוילישע פארטיזאן גרופעס, האבן נישט געהאט א געמיינזאמער שפראך מיט די יידישע פארטייען. די יידישע פארטייען זענען געווען, השומר הצעיר, די בונד, קאמוניסטן, און די ציוניטישע באוועגונגען ווי דרור, פועלי ציון.

די אקציעס, וואס די נאציס האבן דורכגעפירט, יאנואר 1943, האט אנגעצינדן די ערשטע פינק, און די יידן, האבן געפירט א בלוטיקע קאמף, קעגן דער אקציע, ווייניק מענטשן בכלל, האבן אויסגעהערט צו די באפעל, פון די נאציס זיך צו שטעלן ביים אומשלאגפלאץ, די יידן האבן געפירט א פסיכאלאגישער קאמף, קעגן די נאציס, און זייערע קאלאבארירער, זיי האבן געהרגט מוסרים, און יידישע פאליציי לייט וואס זענען נישט געווען געטריי צו זייער פאלק.

דאס איז אבער גארנישט געווען, קעגן די אויפשטאנד פון אפריל, אין יענעם יאר. די יידן האבן פאראורזאכט פארלוסטן, פארן דייטשן ווערמאכט אין דריי וואכן, אין א קליינע געטא, 2.4 פראצענט פון שטאט ווארשע, שוין נאכדעם וואס דאס רוב פון אירע איינוווינער, זיינען שוין אומגעבראכט געווארן, מער וואס דאס פוילישע ארמעי, האט באוויזען ביים זיך שלאגן, ווען די דייטשן האבן אינוואנדירט פוילן.

עס האט זיך אנגעפאנגען פאר פסח, און עס האט אנגעהאלטן פאר דריי וואכן, ביז די דייטשן האבן נישט געזען קיין לייזונג, און האבן אנגעהויבן פארברענען הייזער, אויף אירע איינוווינער, דאס לעבן געבליבענע האט מען פארשיקט קיין טרעבלינקע, געטא קראקע, און די געגענט, די קעמפער וואס זענען אריבער געלאפן צום ארישער זייט, האבן אטייל גענומען אינעם פולישן אויפשטאנד, אין יאר 1944. דער אויפשטאנד, איז נישט געווען אויף צו בלייבן לעבן, עס איז געווען פארן כבוד פונעם יידישן פאלק. די באפעלקערונג פון דער געטא ביים אנהייב, איז געווען צווישן זיבעציק טויזנט, און הונדערט טויזנט, ביי דער ענדע זיינען נישט געראטעוועט געווארן, קיין סאך יידן פון ווארשע. אין דעם זיינען נישט אריינגערעכנט, די דריי הונדערט פופציק טויזנט יידן, וואס זיינען אומגעקומען, בעפאר דער אויפשטאנד האט זיך אנגעפאנגען. די פוילישע באפעלקערונג, האט זיך גענומען גרייטן צו איר אויפשטאנד, גלייך ווען די יידן האבן געפירט זייער קאמף, און זיי האבן געזען אז דער שוואכער ייד, קען זיך אויך שלאגן קעגן די נאצישע מיליטער.

די געטא איז געווען, פוסט און וויסט נאך דער מלחמה און די שטאט ווארשע, האט אויך אזוי אויגעקוקט נאכן פוילישן אויפשטאנד.

אומגעקומען אין דער ווארשעווער געטא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

בילדער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אינטערנעץ דאטנבאזע וועגן דער ווארשעווער געטא