מיידאנעק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזנשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

מיידאנעק, איז א טויט לאגער, וואס געפונט זיך פיר קילאמעטער פון לובלין, פוילן. דער נאמען "מיידאנעק" שטאמט פונעם נאמען פון "מיידאן טאטארסקי" באצירק אין לובלין; אזוי האבן די איינוואוינער גערופן דעם קאצעט. אין דייטשיש איז עס גערופן געווארן לובלינער קאנצענטראציע לאגער. אנדערש ווי אין אנדערע טויט לאגערן, ווי אוישוויץ, טרעבלינקע, איז די לאגער געווען אין אן אפן פלאץ, אן א צוים און אן שטעכלדראטן. די נאציס האבן ביים פארלאזן די לאגער, נישט פארברענט אדער פארווישט די שפורן פון די לאגער, און אלעס איז פארבליבן, ווען די רוסן האבן באפרייט מיידאנעק.

די לאגער איז אויפגעשטעלט געווארן, אויפן באפעל פון היינריך הימלער, וועלכע האט באזיכט לובלין יולי 1941. פון אנהייב איז מיידאנעק געווען א לאגער פאר געפאנגענע, אנגעפירט דורך די עס.עס., אין 1943 איז די לאגער געווארן א פארניכטיגונגס לאגער.

די צאל אומגעקומענע אין לאגער, איז געשאצט אויף 200,000, פון זיי ארום זעכציק טויזנט יידן. און די אנדערע רוסישע און פוילישע געפאנגענע. די אומברענגען איז געווען אין גאז קאערן, און אין אויווענעס.

ווי אויך זענען אין לאגער געווען געפאנגענע וואס האבן געארבעט אלס צוואנגס ארבעטער, אין פאבריקן וואס האבן פראדוצירט וואפן און אמוניציע, פאר די דייטשע מיליטער.

אום ענדע יאר 1943, איז פארגעקומען א מאסן שחיטה אין מיידאנעק, וואס די נאציס האבן גערופן די שניידן חגא, לאסט אויטאס זענען געברענגט געווארן, און מיט מוזיק וואס פארטייבט די אויערן, האבן זיי גענומען יידן צו גריבער, וואס זענען שוין פון פריער אויסגעגראבן געווארן, האבן זיי אומגעברענגט אלע יידן, וואס זענען געברענגט געווארן צו די גריבער. אין יענע טאג זענען 18,400 לאגער געפאנענע אומגעקומען.

אין יולי 1944, איז די לאגער אויסגעליידיקט געווארן, טויזענט געפאנגענע זענען גענומען געווארן צו א טויט מארש, און די וואס זענען פארבליבן, זענען באפרייט געווארן דורכן רויטן ארמיי. די נאציס האבן נישט באוויזן צו פארניכטן די לאגער, ביי זייער ריקצוג.

אין אוגוסט 2010, האט א פייער אויסגעבראכן אין די אלטע לאגער, און האט געברענגט א שווערע שאדן צו די לאגער, די פוילישע אינסטאנצן האבן איבערגעגעבן, אז א גרויסע טייל פון די שיך קאלעקציע, און א טייל פון די האלצערנע באראקן, זענען פארברענט געווארן.