לובלין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לובלין
Lublin
POL Lublin flag 1.svg POL Lublin COA 1.svg
Collage of views of Lublin.jpg
פארשידענע אויסקוקן אויף לובלין
מדינה / טעריטאריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאטע פארן 12טן יארהונדערט
קאארדינאטן 51°14′N 22°34′E / 51.233, 22.567קאארדינאטן: 51°14′N 22°34′E / 51.233, 22.567
וואיעוואדעשאפט לובלין
בירגערמייסטער קזשישטאף זוק
שטח 147 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2009)

 ‑ אין שטאט
 ‑ ענגקייט

349,103‏
2,400 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+1
www.um.lublin.pl

לובלין (פויליש: Lublin, אוקרייניש: Люблін, ליטוויש: Liublinas, רוסיש: Люблин) איז די ניינטע גרעסטע שטאט אין פוילן. זי איז די הויפטשטאט פון דער לובלינער וואויוואדעשאפט מיט א באפעלקערונג פון 355,954 (2004). לובלין איז די גרעסטע שטאט אין פוילן מזרח פונעם ווייסל טייך.

לובלין איז אן אלטע פוילישע שטאט, וואס האט עטליכע מאל געדינט, אלץ פוילנס צייטווייליגע הופטשטאט, איר באפעלקערונג איז א געשאצטע 350,000.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די שטאט איז שוין געשטאנען אינעם 13טן יארהונדערט, אבער פון אנהייב, זענען יידן נישט ערלויבט געווען צו וווינען, אין דער שטאט זעלבסט, אבער ווען דער ערלויבעניש איז געגעבן געווארן, איז לובלין געווארן א יידישער צענטער. דער מהרש"ל האט דארט געוווינט, און ביזן חורבן איז דארט געווען, א גרויסע יידישע קהילה. ישיבת חכמי לובלין, מיטן אנפירערשאפט פון הרב מאיר שפירא, פון די גרעסטע, און מערסט באקאנטע ישיבה אין פוילן איידער דעם חורבן.

ביים חורבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען די נאציס זענען אריינגעקומען קיין לובלין, האבן דארט געוווינט ארום 40,000 יידן, דער אלגעמיינער באפעלקערונג איז געווען אומגעפער 150,000 איינוווינער, די נאציס האבן אומגעברענגט די יידן, ווי אלע אנדערע פוילישע שטעט אין דערפער, ווי זיי זענען אנגעקומען, סמערהייט יידן זענען אומגעקומען אין מיידאנעק.

די יידישע היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פאר יידן איז לובלין געווען גאר א צענטראלע שטאט, ביי חסידים ספעציעל, דער חוזה פון לובלין, און הרב עזריאל הורוויץ מיטן צונאמען דער אייזערנער קאפ, און נאך א סאך גדולים און רביס, האבן געוווינט אין לובלין.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לובלין