חיפה צענטראל באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
חיפה צענטראל אכט באן סטאנציע

חיפה צענטראל אכט (העברעיִש: חיפה מרכז-השמונה) באן סטאנציע איז א ישראל באנען סטאנציע אויך דער הויפט באן ליניע, וואס באדינט די שטאט חיפה. די סטאנציע איז פלאצירט נאנט צום חיפה פארט.

נאך די צווייטע לבנונישע מלחמה, האט ישראל באנען צוגעלייגט די נומער אכט, צו די עקזיסטירענדע נאמען, אין אנדענק פון אכט באן מעכאניקער, וואס זענען אומגעקומען, נאכן פאלן פון א קאטיושא, אויפן מעכאנישע ארט אין חיפה, נישט ווייט פון באן סטאנציע.

די סטאנציע איז געבויט דורך דעם בריטישן מאנדאט, און געעפנט געווארן צום באנוץ פארן פובליקום, אום יאר 1936. די סטאנציע און גערעלסן, זענען געבויט געווארן אויף א שטח, וואס איז געווארן אויסגעטריקנט פון ים, און געפונט אויף די הויפט שאסיי, וואס לויפט אריבער דעם אונטערשטן טייל פון שטאט, גערופן דרך העצמאות.

דריי צענטראלע אויטאבוס סטאנציעס, זענען אמאל געווען אין דער געגנט פון דער סטאנציע, דעריבער איז די נאמען צענטראלע באן סטאנציע, היינט אבער ווערן די אנדערע סטאנציעס, מער באנוצט דורך פאסאזשירן.

דריי ליניעס פון ישראל באנען באדינען די סטאנציע, נהריה, חיפה, בנימינה, תל אביב, מודיעין. נהריה, חיפה, בנימינה, תל אביב, לוד, באר שבע. און א לאקאלע באן וואס סערווירט די חיפה און קריות געגנט.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רוטעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  פֿריערדיגע סטאנציע    ישראל באנען     פֿאלגנדע סטאנציע  
לב המפרץ   נהריה-באר שבע
צווישן שטעט
  חיפה בת גלים
לב המפרץ   נהריה-בן גוריון פליפעלד-מודיעין
צווישן שטעט
  חיפה בת גלים
לב המפרץ   קרית מוצקין-חיפה
פארשטאטיש
  חיפה בת גלים

קאארדינאטן: 32°49′19.82″N 34°59′49.36″E / 32.8221722, 34.9970444