קריות

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קריות איז די באצייכענונג אויף די שטעט אין געגנט פון חיפה מעטראפאלין, וואס זענען גאר נאנט צו דער שטאט, אלע אויפן צפון זייט פון דער שטאט. עס רעכנט אריין אין זיך פיר שטעט, קרית ים, קרית ביאליק, קרית מוצקין און קרית אתא, און נאך צוויי געגנטן, וואס געפונען זיך אונטער דער חיפהער שטאטראט אדמיניסטראציע, קרית חיים און קרית שמואל.

אין ישראל, ווערן מענטשן פון די אויבן דערמאנטע שטעט נישט גערופן אויפן נאמען פון זייער שטאט, נאר דער כלליתדיקער נאמען קריות.

עס זענען געווען מערערע פארשלאגן, צו פאראייניקן די שטעט. צום ביישפיל, קרית ביאליק און קרית מוצקין, ווי אויך מאכן פון זיי איין גרויסע שטאט, אבער קיינמאל נישט באשטעטיקט געווארן. אין 7טן יאנואר 2008, האט די רעגירונג געמאלדן, אז עטליכע שטעט וועלן זיך פאראייניקן מיט חיפה, וואס איז אויך קיינמאל נישט געשען.