דובלין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דובלין (איריש: Baile Átha Cliath) איז די גרעסטע שטאט אין דעם אינזל פון אירלאנד און די הויפטשטאט פונעם לאנד אירלאנד. זי געפינט זיך אינמיטן דעם מזרח בארטן פון אירלאנד ביים מויל פונעם טייך ליפי. געגרינדעט אלס א וויקינג יישוב, דובלין איז אלעמאל געווען די עיקר שטאט אין אירלאנד זייט די מיטל עלטער יארן. היינט איז זי דער עקאנאמישער, אדמיניסטראטיווער און קולטור צענטער פונעם אירלאנד אינזל.