בריסל
- דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט פון בריסל. אויב איר זוכט די ראיאן שטאט, זעט בריסל ראיאן.
קאארדינאטן: 50°50′48″N 4°21′9″E / 50.84667, 4.3525
בריסל (האלענדיש: Brussel; פראנצויזיש: Bruxelles; דייטשיש: Brüssel) איז די הױפּטשטאָט פֿון בעלגיע, און פון פלאנדערן. די שטאט האט א שטח פון 32.61 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג פון דער שטאט איז געווען 144,784 אום 1טן יאנואר 2006.
זייטן סוף פונעם צווייטן וועלט קריג, בריסל איז געווארן א וויכטיגער צענטער פאר אינטערנאציאנעלער פאליטיק. די הויפט אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד געפינען זיך אין בריסל, ווי אויך די הויפטקווארטיר פון דער נארד אטלאנטיק אפמאך ארגאניזאציע (NATO). בריסל איז געווארן א פֿילשפראכיקע היים פון אסאך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס, פאליטיקער, דיפלאמאטן און ציוויל־דינער.[1]
בריסל איז דער גאסטגעבער פון די הויפט פאליטישע אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד.[2] דער אייראפעישער פארבאנד האט נישט קיין אפיציעלן הויפטשטאט, אבער דער אפמאך פון אמסטערדאם שענקט בריסל מיטן זיץ פון דער אייראפעאישע קאמיסיע.
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ BBC NEWS | Europe | Country profiles | Country profile: Belgium
- ↑ Demey, Thierry (2007). Brussels, capital of Europe, S. Strange (trans.), Brussels: Badeaux. ISBN 2-9600414-2-9.
|
|