לדלג לתוכן

דגל התורה

פֿון װיקיפּעדיע
לאגא פון דגל התורה
לאגא פון יהדות התורה

דגל התורה (אידיש: פאן פון דער תורה) איז די ליטווישע פאליטישע פארטיי, געגרינדעט דורך הרב שך זיך אפגעטיילט פון אגודת ישראל נאך זייער טענה אז די חסידים און זייערע רביס קאנטראלירן די יהדות החרדית פאליטיק. די פארטיי האט יעצט (2021) פיר דעפוטאטן אין דעם כנסת, משה גפני, אורי מאקלעוו, יעקב אשר און יצחק פינדרוס.

איצט דינען זיי מיט א שלום אינאיינעם מיט אגודת ישראל אינערהאלב יהדות התורה והשבת.

דגל התורה איז געגרינדעט געווארן אין 1988 אפגעשפאלטן פון אגודת ישראל,[1] דורך הרב אלעזר מנחם מן שך נאכדעם וואס די ליטווישע גדולים האבן געהאט גרויסע חילוקי דעות מיט די אדמורי״ם אין דער מועצת גדולי התורה. ביי די כנסת וואלן 1988 האט דגל התורה באקומען צוויי מאנדאטן, און זענען געווארן פארטרעטן דורך אברהם ראוויץ און משה גפני, און זיי האבן מיטגעטיילט אין דער קאאליציע רעגירונג פון יצחק שמיר. ביי די כנסת וואלן 1992, האט דגל געלאפן צוזאמען מיט אגודת ישראל מיט איין ליסטע יהדות התורה והשבת.

דער פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה היינט איז הרב גרשון עדלשטיין, ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה. די אנדערע מיטגלידער זענען:


געוועזענע מיטגלידער פון דער מועצת זענען געווען הרב אהרן לייב שטיינמאן (פארזיצער), רבי נסים קארעליץ, ראש כולל פון כולל חזון איש (נפטר ה׳תש״פ) און רבי יצחק שיינער, ראש ישיבה פון דער קאמעניצער ישיבה אין ירושלים (נפטר תשפ״א).

די פאלגנדע זענען געווארן מיטגלידער פון דער מועצה כ"ה אב ה'תשע"ב ביי דער זיצונג וואס האט מטפל געווען מיטן ענין פון רעקרוטירן ישיבה בחורים אין צה"ל:‏[2]

  1. Matthew Wagner (‏14 דעצעמבער 2005). "Degel Hatorah kicks off election campaign". דערגרייכט דעם ‏17טן יוני 2015. 
  2. זיצונג פון מועצת פון דגל התורה, אויף JDN וועבזייטל, כ"ו אב תשע"ב (אויף העברעיש)