ברוך מרדכי אזרחי

פֿון װיקיפּעדיע
ברוך מרדכי אזרחי
געבורט 27 מערץ 1929
פתח תקוה, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 אקטאבער 2023 (אלט 94)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט חברונער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ליטוואקעס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בת זוג שולמית אזרחי
צאצאים בן ציון אזרחי, טובה יונה ווילענסקי, אפרת קנל, שרה רחל גלזמן, לאה ווינער
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי ברוך מרדכי אזרחי ( ט"ו אדר ב' ה'תרפ"ט , 27סטן מערץ 1929י"א חשוון תשפ"ד, 26סטן אקטאבער 2023) איז געווען ראש ישיבה פון עטרת ישראל אין מודיעין עילית, דער עלצטער מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, און א מיטגליד אין דער פרעזידענטשאפט פון וועד הישיבות און מפעל הש"ס.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין ביקור חולים שפיטאל אין ירושלים צו רבי ישראל אזרחי און הינדא, די טאכטער פון הרב ברוך שלאם, א תלמיד פון דער סלאבאדקער ישיבה "כנסת ישראל" וואס האט געדינט אלס רב אין דרום אפריקע און איז געווען אן אייניקל פון הרב אורי דוד אפריון, רב פון זאגער און מחבר פון ספר "אפריון דוד" . ער האט געלערנט אין דער חברונער ישיבה. אין עלטער פון זיבן און צוואנציג יאר האט ער חתונה געהאט מיט שולמית חדש, טאכטער פונעם משגיח רבי מאיר חדש. הרב אזרחי האט אנגעהויבן זאגן א שיעור אין חברון, און אין דער זעלבער צייט, בערך צוועלף יאר, האט ער געגעבן וועכנטלעכע שיעורים אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים .

ער איז נפטר געווארן י״א מרחשון תשפ״ד (26סטן אקטאבער 2023), אין עלטער פון 94 יאָר.