פאנאוועזשער ישיבה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ארון הקודש פון איין שטיק גין גאלד
ה' אייר פלאטערט פאן העכער די בנין הישיבה

די פאנאוועזשער ישיבה געפינט זיך אין בני ברק. זי ווערט גערעכנט איינע פון דער חשבסטע ליטווישע ישיבות היינט צוטאגס.

הרב יוסף שלמה כהנעמאן האט געגרינדעט די ישיבה אין דער שטאט פאנאוועזש אין ליטע.

הרב אליעזר מנחם מן שך איז געוועזן איר ראש ישיבה. היינט זענען די ראש ישיבות הר"ר גרשון עדלשטיין, הר"ר ברוך פאווארסקי און הר"ר שמואל מארקאוויטש.

אין דער ישיבה לערנען בערך א טויזנט בחורים. אחוץ דעם איז דא א כולל פון טויזנט יונגעלייט.

מחלוקת פאנאוועזש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ס'גייט איצט אן דארטן א מעכטיגע קריג צווישן ר' אליעזר כהנעמאן, אן אייניקל פון גרינדער בן אחר בן, מיט זיין איידעם הר"ר שמואל מארקאוויטש. למעשה זענען די בחורים צעטיילט האלב און האלב, אבער בעלות וואס זעהט זיך אן אין סטאטוס קווא ווי אדמיניסטראציע און כבוד, איז מער פאר הרב כהנעמאן, צוליב דעם וואס אלע ליטווישע ראשי ישיבות און רבנים פון בני ברק זענען מיט אים. אבער הרב מארקאוויטש האט דעם גרעסטן ליטווישן רב, הרב יוסף שלום אלישיב אויף זיין זייט דעריבער האלט ער דאס אן. זיין טענה איז אז ער האט באקומען אויף נדן א צוזאג די ראש ישיבהשאפט, און דער זון וועט נאר בלויז זיין מנהל. און די סיבה פארוואס הרב אלישיב איז מיט אים איז צוליב א צוואה פון הרב שך אז דער בעלות פון דער ישיבה איז נישט ווי אדמורות און דאס גייט נישט בירושה דעריבער דארף דאס נישט גיין פארן זון. [פֿעלט אַ מקור]