גאטפריד לייבניץ
| דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
גאטפֿריד ווילהעלם (פֿאן) לייבניץ (דייטשיש: Gottfried Wilhelm von Leibniz; 1טן יולי[1] 1646 - 14טן נאוועמבער 1716) איז געווען א דייטשער פילאסאף און מאטעמאטיקער. ער האט געשריבען אויף לאטיין, פראנצויזיש און דייטשיש.
לייבניץ פארנעמט א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון מאטעמאטיק צוליב דעם וואס ער האט אנטוויקלט דעם קאלקולוס אומאפהענגיק פון אייזיק ניוטאן, און די סימבאלן וואס לייבניץ האט איינגעפירט ניצט מען נאך היינט. ער האט ראפינירט די בינארישע סיסטעם, וואס איז דער יסוד פון כמעט אלע קאמפיוטערס. לייבניץ פארנעמט אויך א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון פילאסאפיע. ער איז געווען, צוזאמען מיט רענע דעקארט און ברוך שפינאזא, פון די גרעסטע אדוואקאטן פאר די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם.
[באַאַרבעטן] ביאגראפיע
גאטפריד לייבניץ איז געבוירן געווארן דעם 1טן יולי 1646 אין לייפציג, זאקסן, צו זיין פאטער פרידריך לייבנוטץ און זיין מוטער קאטערינא שמוק. זיין פאטער איז געשטארבן ווען ער איז געווען אלט זעקס יאר. ביי 15 יאר האט ער אנגעהויבן שטודירן אין אוניווערסיטעט.
אין 1672 האט זיך לייבניץ געצויגן קיין פאריז, פראנקרייך. קורץ נאכער האט ער געטראפן דעם האלענדישן פיזיקער און מאטעמאטיקער כריסטיאן הויגנס און ער האט איינגעזען אז ער דארף שטודירן ווייטער מאטעמאטיק און פיזיק. דאס האט ער טאקע געטון, מיט הויגנס זיין מענטאר, ביז ער האט געמאכט וויכטיקע ביישטייערונגען צו ביידע טעמעס, און ער האט דערפינדן זיין ווערסיע פון דעם אינטעגראלן און דיפערענציאלן קאלקולוס.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ 21סטן יוני אינעם יוליאנישן קאלענדאר