זשאן-פאל סארטרע
פֿון װיקיפּעדיע
זשאַן-פאל סאַרטרע (פראנצויזיש: Jean-Paul Charles Aymard Sartre; 21סטן יוני 1905 – 15טן אפריל 1980) איז געווען א פראנצויזישער פילאסאף, דראמאטורג, ראמאניסט, סצענאר, פאליטישער אקטיוויסט און ליטעראטור קריטיקער.
[באַאַרבעטן] ביאגראפיע
זשאן-פאל איז געבוירן דעם 21סטן יוני 1905 אין פאריז, פראנקרייך, צו זיין פאטער זשאן-באפטיסט סארטרע, אן אפיציער אין דעם פראנצויזישן פלאט, און זיין מוטער אן-מארי שווייצער. ווען ער איז געווען אלט פופצן מאנאטן איז זיין פאטער געשטארבן, און זיין מוטער האט זיך צוריקגעצויגן צו אירע עלטערן. דארט האט זיין זיידע אים געלערנט מאטעמאטיק און ליטעראטור.