אייזיק ניוטאן
סער אײַזיק ניוטאָן (25סטן דעצעמבער 1642 - 20סטן מערץ 1727)[1] איז געווען אן ענגלישער וויסענשאפטלער, פיזיקער, מאטעמאטיקער, אסטראנאם, אלכעמיסט און פילאסאף.
זיינע אויפטוהען אין פיזיק און אין מאטעמאטיק זענען נאך די יסודות צו די ענינים ביז היינטיגע טעג. זיין חיבור "די מאטעמאטישע חשבונות פון דער פיליזאפישער נאטור" לייגט דעם אינהאלט צו קלאסישע מעכאניק און אפטיק, מיט דער ערשטער אויסקלערונג פון גראוויטאציע. אזוי אויך האט ער ערפינדן א ניי מאטעמאטיק רעכנער (אין דער זעלבער צייט איז געווען אויך גאטפריד ווילהעלם לייבניץ.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] געזעצן פון באוועגונג
ניוטאן האט געוויזן אז די טעאריע פון אריסטו וועגן באוועגונג איז נישט אויסגעהאלטן. ער האט אוועקגעשטעלט דריי געזעצן, וואס הייסן היינט אויף זיין נאמען:
[באַאַרבעטן] ערשער געזעץ
א קערפער וועט בלייבן רוען, אדער וועט גיין ווייטער אין א גראדער ליניע מיט דער זעלבער גיכקייט, ווען קיין קראפט ווירקט נישט אויף אים.
[באַאַרבעטן] צווייטער געזעץ
דער קראפט וואס ענדערט די גיכקייט פון א קערפער איז פראפארציאנעל צו זיין מאסע און זיין פארגיכערונג.
[באַאַרבעטן] דריטער געזעץ
ווען איין קערפער שטופט א צווייטן, טוט יעדער איינער ווירקן מיטן זעלבן קראפט אבער אין דער פארקערטער ריכטונג.
[באַאַרבעטן] יונגע יארן
אייזיק ניוטאן איז געבוירן אין וואולסטארפ, לינקאנשיר, ענגלאנד. זיין פאטער איז געשטארבן דריי יאר פאר זיין געבורט. ער האט שטודירט אין דעם אוניווערזסיטעט פון קיימברידזש.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ לויטן יוליאנישן קאלענדאר וואס מ'האט דעמאלסט גענוצט אין ענגלאנד