אפטיק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אפטיק איז די וויסנשאפט פון ליכט. זי גיט צו פארשטיין וויאזוי ליכט ווערט אפגעשפיגלט אדער ווערט געבראכן דורך א גלאז אדער וואסער, און וויאזוי ליכט ווערט צעשפאלטן דורך א פריזמע, און וואס שאפט א רעגן־בויגן. אחוץ זעבארע ליכט אין דעם ספעקטער פון רויט, אראנזש, געל, גרין, בלוי און וויאלעט, טוט אפטיק אויך באהאנדלען אינפרארויט און אולטראוויאלעט ליכט.

אפטיק שטודירט אויך וויאזוי ס'ארבעט דער מענטשלעכן אויג, און לינדזן, מיט וואס מען מאכט ברילן, קאמערעס, טעלעסקאפן און מיקראסקאפן.