שפיגל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א בייבי קושט זיין אייגענעם געזיכט אויף א שפיגל

א שפיגל איז אן אביעקט וועלכע פארמאגט א גוטע ליכטיקייט ריפלעקשן.

דער שפיגל איז א נאטורליכע געשעעניש און איז נישט אויסגעטראפן געווארן דורך מענטשן. זינט די וועלט שטייט האבן זיך פרויען באנוצט מיט שפיגלעך. אין יעדע שטיק אייזן קען מען זיך שפיגלען און אויך אין יעדע טונקעלע גלאז. אויב איר נעמט אליין א גלאז און לייגט אונטער א שווארצע סחורה וועט איר האבן א פארטיגע שפיגל.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לויט ווי מען ווייסט האט מען אמאליגע צייטן גענוצט מעש פאר א שפיגל. אין די יארן פון 1300 האט מען אנגעהויבן צו מאכן פראפעסיאנאלע שפיגלן פונקט אזוי ווי היינט.

פראדעצירונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די וועג וויאזוי מען מאכט א שפיגל איז דורך נוצן קוועקזילבער און צין (צוויי עלעמענטן) מיט א שטיקל גלאז. די צוויי עלעמענטן ווערן ארויפגעגאסן אויפן גלאז און דאן לאזט מען זיי ווארימען ביז עס טרוקנט זיך אויס. איינע פון די צוויי עלעמענטן איז א זילבערנע קאליר וואס מאכט דעם שפיגל זילבער.

דער פראצעדור פון מאכן א שפיגל מוז זיין זייער פונקטליך. אויב די גלאז איז נישט הונדערט פראצענט גלייך אדער אויב די עלעמענטן ווערן נישט געגאסן אייניק וועט דער שפיגל ווייזן קרום. מען קען טאקע אסאך מאל זען ביליגע שפיגלעך וואס ווייזן אלעס אביסל שיעף.

אין ליטעראטור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]