אינפרארויט

פֿון װיקיפּעדיע
בילד פון א קליינער הונט געמאכט מיט אינפרארויט ליכט, מיט א טעמפעראטור לייטער

אינפֿראַרויט (IR) ליכט איז עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג מיט א כוואליע-לענג לענגער ווי ליכט וואס מענטשן קענען זען אבער קירצער פון מיקראכוואליעס, צווישן 740 נאנאמעטער און 1 מילימעטער. מען קען נישט זען די שטראלונג אבער מען קען זי שפירן ווי היץ. רוב היץ שטראלונג וואס זאכן לאזן ארויס ביי נארמאלע טעמפעראטורן איז אינפרארויט. א פייער לאזט ארויס מער אינפרארויטע שטראלונג ווי זעבארע שטראלונג.

דער אסטראנאם וויליאם הערשעל האט אנטפלעקט אינפרארויט שטראלונג אין 1800.

מען ניצט אינפרארויט ליכט אין אינדוסטריעלע, מעדיצינישע און וויסנשאפטלעכע אנווענדונגען.

עטימאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווארט אינפרארויט קומט פון לאטיין: infra אינפֿראַ (טייטש: אונטער) און דאס יידיש ווארט רויט, ווייל דער פרעקווענץ פון אינפרארויט איז אונטער (נידעריגער) דעם פרעקווענץ פון רויטן ליכט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אינפרארויט